אַ
1װױל צו די װאָס זײער װעג איז ערלעך,
װאָס גײען אין דער תּורה פֿון ה׳.
2װױל צו די װאָס היטן זײַנע צײגנים {עֵדוּת פֿון עשרת הדברים, סהדא, צײגע, עד התּביעה},
[1]
װאָס זוכן אים מיטן גאַנצן האַרצן,
3און זײ טוען נישט קײן אומרעכט,
זײ גײען אין זײַנע װעגן.
4האָסט געבאָטן דײַנע באַפֿעלן,
זײ אָפּצוהיטן זײער.
5הלװאַי זאָלן פֿעסט זײַן מײַנע װעגן,
צו היטן דײַנע געזעצן!
6דענצמאָל װעל איך זיך נישט שעמען.
װען איך קוק אױף אַלע דײַנע געבאָט.
7איך װעל דיך לױבן מיט רעכטפֿאַרטיקײט פֿון האַרצן,
װען איך לערן דײַנע גערעכטע משפּטים.
8דײַנע געזעצן װעל איך היטן;
זאָלסט מיך נישט פֿאַרלאָזן ביז גאָר.
ב
9מיט װאָס קען אַ יונגער מענטש האַלטן רײן זײַן װעג?
צו זײַן אָפּגעהיט לױט דײַן װאָרט.
10מיט מײַן גאַנצן האַרצן האָב איך דיך געזוכט;
לאָז מיך נישט אַװעקבלאָנדזשען פֿון דײַנע געבאָט.
11אין מײַן האַרצן האָב איך באַהאַלטן דײַן װאָרט,
כּדי איך זאָל נישט זינדיקן צו דיר.
12געלױבט ביסטו, ה׳;
לערן מיך דײַנע געזעצן.
13מיט מײַנע ליפּן האָב איך דערצײלט
אַלע משפּטים פֿון דײַן מױל.
14מיט דעם װעג פֿון דײַנע צײגנים {עֵדוּת פֿון עשרת הדברים, סהדא, צײגע, עד התּביעה} האָב איך מיך געפֿרײט
װי מיט אַלע עשירות.
15איך טראַכט אָן דײַנע באַפֿעלן,
און איך קוק אױף דײַנע װעגן.
16מיט דײַנע געזעצן קװיק איך מיך,
איך פֿאַרגעס נישט דײַן װאָרט.
ג
17באַשער דײַן קנעכט, איך זאָל לעבן,
און איך װעל היטן דײַן װאָרט.
18אַנטפּלעק מײַנע אױגן, איך זאָל זען
די װוּנדער פֿון דײַן תּורה.
19אַ פֿרעמדער בין איך אױף דער ערד;
נישט פֿאַרבאָרג פֿון מיר דײַנע געבאָט.
20צעבראָכן איז מײַן זעל פֿון גלוסטעניש
נאָך דײַנע משפּטים אין יעטװעדער צײַט.
21שרײַסט אָן אױף די פֿאַרשאָלטענע מוטװיליקע,
װאָס בלאָנדזשען אַװעק פֿון דײַנע געבאָט.
22קײַקל אַראָפּ פֿון מיר שאַנד און בזיון,
װאָרעם דײַנע צײגנים {עֵדוּת פֿון עשרת הדברים, סהדא, צײגע, עד התּביעה} האָב איך געהיט.
23הגם האַרן זיצן און רעדן קעגן מיר,
טראַכט דײַן קנעכט אָן דײַנע געזעצן,
24יאָ, דײַנע צײגנים {עֵדוּת פֿון עשרת הדברים, סהדא, צײגע, עד התּביעה} זײַנען מײַן קװיקונג,
די עצה-געבער מײַנע.
ד
25באַהעפֿט צום שטױב איז מײַן זעל;
לעב מיך אױף לױט דײַן װאָרט.
26איך האָב דערצײלט מײַנע װעגן,
און דו האָסט מיר געענטפֿערט.
לערן מיך דײַנע געזעצן.
27דעם װעג פֿון דײַנע באַפֿעלן מאַך מיך פֿאַרשטײן,
און איך װעל רעדן פֿון דײַנע װוּנדער.
28מײַן זעל טרערט פֿון קומער;
ריכט מיך אױף לױט דײַן װאָרט.
29דעם װעג פֿון ליגן טו אָפּ פֿון מיר,
און מיט דײַן תּורה לײַטזעליק מיך.
30דעם דרך אמוּנה
[2] האָב איך אױסגעװײלט,
דײַנע משפּטים האָב איך געהאַלטן פֿאַר מיר.
31איך בין באַהעפֿט אָן דײַנע צײגנים {עֵדוּת פֿון עשרת הדברים, סהדא, צײגע, עד התּביעה};
ה׳, זאָלסט מיך נישט פֿאַרשעמען.
32אין דעם װעג פֿון דײַנע געבאָט טו איך לױפֿן,
װאָרעם דו דערברײטערסט מײַן האַרץ.
ה
33לערן מיך, ה׳, דעם װעג פֿון דײַנע געזעצן,
און איך װעל אים היטן ביז לעצט.
34מאַך מיך פֿאַרשטײן, כּדי איך זאָל היטן דײַן תּורה,
און זי האַלטן מיטן גאַנצן האַרצן.
35פֿיר מיך אין דעם שטעג פֿון דײַנע געבאָט,
װאָרעם נאָך אים האָב איך געגאַרט.
36נײַג מײַן האַרץ צו דײַנע צײגנים {עֵדוּת פֿון עשרת הדברים, סהדא, צײגע, עד התּביעה},
און נישט צו גײַציקײט.
37נעם אַװעק מײַנע אױגן פֿון קוקן אױף נישטיקײט;
אין דײַנע װעגן לעב מיך אױף.
38זײַ מקײם צו דײַן קנעכט דײַן צוזאָג
װאָס צו דײַנע פֿאָרכטער.
39טו אָפּ מײַן שאַנד װאָס איך שרעק מיך דערפֿאַר,
װאָרעם דײַנע משפּטים זײַנען גוט.
40זע, איך האָב געשמאַכט נאָך דײַנע באַפֿעלן;
אין דײַן גערעכטיקײט לעב מיך אױף.
ו
41און זאָלן קומען דײַנע חסדים אױף מיר, ה׳,
דײַן הילף לױט דײַן צוזאָג,
42אַז איך זאָל קענען ענטפֿערן מײַן לעסטערער אַ װאָרט;
װאָרעם איך האָב מיך פֿאַרזיכערט אױף דײַן װאָרט.
43און זאָלסט נישט אָפּרײַסן אין גאַנצן
פֿון מײַן מױל דאָס װאָרט פֿון אמת,
װאָרעם אױף דײַנע משפּטים האָב איך געהאַרט.
44און איך װעל תּמיד היטן דײַן תּורה,
אױף אײביק און שטענדיק.
45און לאָמיך אומגײן אין דערברײטערניש
װאָרעם דײַנע באַפֿעלן האָב איך געזוכט.
46און איך װעל רעדן פֿון דײַנע צײגנים {עֵדוּת פֿון עשרת הדברים, סהדא, צײגע, עד התּביעה} פֿאַר מלכים,
און איך װעל מיך נישט שעמען.
47און איך װעל מיך קװיקן מיט דײַנע געבאָט
װאָס איך האָב ליב.
48און איך װעל אױפֿהײבן מײַנע הענט צו דײַנע געבאָט
װאָס איך האָב ליב,
און איך װעל טראַכטן אָן דײַנע געזעצן.
ז
49געדענק דאָס װאָרט צו דײַן קנעכט,
װעדליק דו האָסט מיך געמאַכט האָפֿן.
50דאָס איז מײַן טרײסט אין מײַן פּײַן,
װאָס דײַן צוזאָג לעבט מיך אױף.
51די מוטװיליקע האָבן געשפּעט פֿון מיר זײער –
פֿון דײַן תּורה האָב איך זיך נישט אָפּגענײגט.
52איך האָב געדאַכט, ה׳, אָן דײַנע משפּטים פֿון אײביק אָן,
און איך האָב מיך געטרײסט.
53אַ ברענעדיקער צאָרן האָט מיך אָנגענומען,
פֿון װעגן די רשעים װאָס פֿאַרלאָזן דײַן תּורה.
54געזאַנגען זײַנען מיר געװען דײַנע געזעצן
אין הױז פֿון מײַן פֿאַרפֿרעמדטקײט.
55איך האָב דערמאָנט בײַ נאַכט דײַן נאָמען, ה׳,
און איך האָב געהיט דײַן תּורה.
56דאָס האָב איך געהאַט:
װאָס איך האָב געהאַלטן דײַנע באַפֿעלן.
ח
57מײַן טײל, ה׳, האָב איך געזאָגט,
איז צו היטן דײַנע װערטער.
58איך האָב געבעטן בײַ דיר מיטן גאַנצן האַרצן:
לײַטזעליק מיך לױט דײַן צוזאָג.
59איך האָב באַרעכנט מײַנע װעגן,
און געקערט מײַנע פֿיס צו דײַנע צײגנים {עֵדוּת פֿון עשרת הדברים, סהדא, צײגע, עד התּביעה}.
60איך האָב זיך געאײַלט און נישט געזאַמט
צו היטן דײַנע געבאָט.
61די שטריק פֿון די רשעים האָבן מיך אַרומגעקניפּט –
דײַן תּורה האָב איך נישט פֿאַרגעסן.
62האַלבע נאַכט שטײ איך אױף דיר צו דאַנקען
פֿאַר דײַנע גערעכטע משפּטים.
63אַ חבֿר בין איך צו אַלע װאָס פֿאָרכטן דיך,
און צו די װאָס היטן דײַנע באַפֿעלן.
64דײַן חֶסֶד, ה׳, איז פֿול די ערד;
לערן מיך דײַנע געזעצן.
ט
65האָסט געטאָן גוטס מיט דײַן קנעכט, ה׳,
לױט דײַן װאָרט.
66װױלפֿאַרשטאַנדיקײט און װיסן לערן מיך,
װאָרעם איך גלױב
[3] אין דײַנע געבאָט.
67אײדער איך האָב געליטן פֿלעג איך פֿאַרזען,
אָבער אַצונד טו איך היטן דײַן װאָרט.
68אַ גוטער ביסטו און אַ באַגיטיקער;
לערן מיך דײַנע געזעצן.
69די מוטװיליקע האָבן אָנגעשמירט אױף מיר ליגן;
איך היט מיטן גאַנצן האַרצן דײַנע באַפֿעלן.
70פֿאַרשטאָפּט װי פֿעטס איז זײער האַרץ;
איך האָב מיך געקװיקט מיט דײַן תּורה.
71װױל איז צו מיר װאָס איך בין געפּײַניקט געװאָרן,
כּדי איך זאָל לערנען דײַנע געזעצן.
72מיר איז בעסער די תּורה פֿון דײַן מױל
אײדער טױזנטן גאָלד און זילבער.
י
73דײַנע הענט האָבן מיך געשאַפֿן און מיך געפֿורעמט;
מאַך מיך פֿאַרשטײן, כּדי איך זאָל לערנען דײַנע געבאָט.
74דײַנע פֿאָרכטער װעלן מיך זען און זיך פֿרײען,
װאָרעם אױף דײַן װאָרט האָב איך געהאַרט.
75איך װײס, ה׳, אַז גערעכט זײַנען דײַנע משפּטים,
און אױס טרײַשאַפֿט האָסטו מיך געפּײַניקט.
76זאָל זײַן, איך בעט דיך, דײַן חֶסֶד מיך צו טרײסטן,
אַזױ װי דײַן צוזאָג צו דײַן קנעכט.
77זאָל קומען אױף מיר דײַן דערבאַרעמונג, כּדי איך זאָל לעבן,
װאָרעם דײַן תּורה איז מײַן קװיקונג.
78זאָלן פֿאַרשעמט װערן די מוטװיליקע,
װײַל זײ האָבן מיך געקריװדעט אומנישט;
איך װעל טראַכטן אָן דײַנע באַפֿעלן.
79זאָלן זיך קערן צו מיר די װאָס פֿאָרכטן דיך,
און די װאָס װײסן דײַנע צײגנים {עֵדוּת פֿון עשרת הדברים, סהדא, צײגע, עד התּביעה}.
80זאָל מײַן האַרץ זײַן גאַנץ אין דײַנע געזעצן,
כּדי איך זאָל נישט פֿאַרשעמט װערן.
כ
81מײַן זעל גײט אױס נאָך דײַן הילף,
אױף דײַן װאָרט טו איך האַרן.
82מײַנע אױגן גײען אױס נאָך דײַן צוזאָג,
אַזױ צו זאָגן: װען װעסטו מיך טרײסטן?
83הגם איך בין געװאָרן װי אַ לאָגל אין רױך,
האָב איך דײַנע געזעצן נישט פֿאַרגעסן.
84װי פֿיל זײַנען די טעג פֿון דײַן קנעכט?
װען װעסטו אַ משפּט טאָן אױף מײַנע נאָכיאָגער?
85די מוטװיליקע האָבן מיר געגראָבן גריבער,
װאָס איז נישט לױט דײַן תּורה.
86אַלע דײַנע געבאָט זײַנען װאָרהאַפֿטיק;
אומנישט האָבן זײ מיך גערודפֿט; העלף מיך.
87זײ האָבן מיך שיר פֿאַרלענדט אױף דער ערד,
אָבער איך האָב נישט פֿאַרלאָזן דײַנע באַפֿעלן.
88לעב מיך אױף לױט דײַן חֶסֶד,
און איך װעל היטן דעם צײגנים {עֵדוּת פֿון עשרת הדברים, סהדא, צײגע, עד התּביעה} פֿון דײַן מױל.
ל
89אױף אײביק, ה׳,
באַשטײט דײַן װאָרט אין הימל.
90אױף דור-דורות איז דײַן טרײַשאַפֿט;
האָסט באַפֿעסטיקט די ערד, און זי שטײט.
91לױט דײַנע געזעצן שטײען זײ הײַנט,
װאָרעם אַלע זאַכן זײַנען דײַנע קנעכט.
92װען נישט דײַן תּורה איז מײַן קװיקונג,
װאָלט איך אונטערגעגאַנגען אין מײַן פּײַן.
93איך װעל אײביק נישט פֿאַרגעסן דײַנע באַפֿעלן,
װאָרעם מיט זײ האָסטו מיך אױפֿגעלעבט.
94דײַנער בין איך, העלף מיך,
װאָרעם דײַנע באַפֿעלן האָב איך געפֿאָרשט.
95די רשעים האָבן אױסגעקוקט אױף מיר, מיך אונטערצוברענגען;
איך קליג מיך אין דײַנע צײגנים {עֵדוּת פֿון עשרת הדברים, סהדא, צײגע, עד התּביעה}.
96צו יעטװעדער שטרעבונג האָב איך געזען אַן ענד –
דײַנע געבאָט זײַנען ברײט ביז גאָר.
מ
97װי ליב איך האָב דײַן תּורה!
אַ גאַנצן טאָג איז זי מײַן טראַכטונג.
98קליגער פֿון מײַנע פֿײַנט מאַכן מיך דײַנע געבאָט,
װאָרעם זײ זײַנען אײביק בײַ מיר.
99פֿון אַלע מײַנע לערער בין איך פֿאַרשטאַנדיקער,
װאָרעם דײַנע צײגנים {עֵדוּת פֿון עשרת הדברים, סהדא, צײגע, עד התּביעה} זײַנען מײַן טראַכטונג.
100מער פֿון זקנים פֿאַרשטײ איך,
װײַל דײַנע באַפֿעלן האָב איך געהאַלטן.
101פֿון יעטװעדער בײזן װעג פֿאַרמײַד איך מײַנע פֿיס,
כּדי איך זאָל היטן דײַן װאָרט.
102פֿון דײַנע געזעצן האָב איך נישט אָפּגעקערט,
װאָרעם דו האָסט מיך געלערנט.
103װי זיס זײַנען דײַנע װערטער צו מײַן גומען,
מער פֿון האָניק פֿאַר מײַן מױל!
104פֿון דײַנע באַפֿעלן װער איך פֿאַרשטאַנדיק,
דערום האָב איך פֿײַנט יעטװעדער װעג פֿון ליגן.
נ
105אַ ליכט פֿאַר מײַן פֿוס איז דײַן װאָרט,
און אַ ליכטיקײט פֿאַר מײַן שטעג.
106איך האָב געשװאָרן, און האָב מקײם געװען,
צו היטן דײַנע גערעכטע משפּטים.
107איך בין געדריקט ביז גאָר,
ה׳, לעב מיך אױף לױט דײַן װאָרט.
108די פֿרײַגאָבן פֿון מײַן מױל באַװיליק, איך בעט דיך, ה׳,
און דײַנע משפּטים לערן מיך.
109מײַן נפֿש איז תּמיד אין מײַן האַנט,
אָבער דײַן תּורה האָב איך נישט פֿאַרגעסן.
110די רשעים האָבן מיר אַ פּאַסטקע געשטעלט,
אָבער פֿון דײַנע באַפֿעלן האָב איך נישט אַװעקגעבלאָנדזשעט.
111איך האָב געמאַכט דײַנע צײגנים {עֵדוּת פֿון עשרת הדברים, סהדא, צײגע, עד התּביעה} פֿאַר מײַן אײביקער אַרב,
װאָרעם זײ זײַנען די פֿרײד פֿון מײַן האַרצן.
112איך האָב גענײגט מײַן האַרץ צו טאָן דײַנע געזעצן
תּמיד ביז לעצט.
ס
113צװײפֿלער האָב איך פֿײַנט,
נאָר דײַן תּורה האָב איך ליב.
114מײַן פֿאַרבאָרגעניש און מײַן שילד ביסטו,
אױף דײַן װאָרט טו איך האַרן.
115קערט אײַך אָפּ פֿון מיר, איר שלעכטסטוער,
כּדי איך זאָל היטן די געבאָט פֿון מײַן ג-ט.
116האַלט מיך אױף לױט דײַן צוזאָג, כּדי איך זאָל לעבן,
און לאָז מיך נישט פֿאַרשעמט װערן אין מײַן האָפֿענונג.
117לען מיך אונטער, און לאָמיך געהאָלפֿן װערן,
און איך װעל מיך תּמיד פֿאַרנעמען מיט דײַנע געזעצן.
118פֿאַראַכטסט אַלע װאָס בלאָנדזשען אַװעק פֿון דײַנע געזעצן,
װאָרעם אומזיסט איז זײער אָפּנאַרעניש.
119װי פּסולת שאַפֿסטו אָפּ אַלע רשעים פֿון דער ערד,
דערום האָב איך ליב דײַנע צײגנים {עֵדוּת פֿון עשרת הדברים, סהדא, צײגע, עד התּביעה}.
120מײַן לײַב שױדערט פֿון אַנגסט פֿאַר דיר,
און פֿאַר דײַנע משפּטים האָב איך מורא.
ע
121איך האָב געטאָן רעכט און גערעכטיקײט;
זאָלסט מיך נישט איבערלאָזן צו מײַנע דריקער.
122שטעל זיך אײַן פֿאַר דײַן קנעכט צום גוטן,
אַז מיך זאָלן נישט דריקן די מוטװיליקע.
123מײַנע אױגן גײען אױס נאָך דײַן הילף,
און נאָך דעם װאָרט פֿון דײַן גערעכטיקײט.
124טו מיט דײַן קנעכט לױט דײַן חֶסֶד,
און דײַנע געזעצן לערן מיך.
125דײַן קנעכט בין איך; מאַך מיך פֿאַרשטײן,
כּדי איך זאָל װיסן דײַנע צײגנים {עֵדוּת פֿון עשרת הדברים, סהדא, צײגע, עד התּביעה}.
126עס איז צײַט פֿאַר ה׳ צו טאָן;
זײ האָבן פֿאַרשטערט דײַן תּורה.
127פֿאַר װאָר, איך האָב ליב דײַנע געבאָט,
מער פֿון גאָלד און פֿון גינגאָלד.
128דערום האַלט איך פֿאַר ריכטיק אַלע כּלערלײ באַפֿעלן;
יעטװעדער װעג פֿון ליגן האָב איך פֿײַנט.
פֿ
129װוּנדערלעך זײַנען דײַנע צײגנים {עֵדוּת פֿון עשרת הדברים, סהדא, צײגע, עד התּביעה},
דערום היט זײ מײַן זעל.
130די אַנטפּלעקונג פֿון דײַנע װערטער מאַכט ליכטיק,
זי מאַכט פֿאַרשטאַנדיק דעם נאַרן.
131איך האָב אױפֿגעשפּאַרט מײַן מױל און געלעכצט,
װאָרעם נאָך דײַנע געבאָט האָב איך געגאַרט.
132קער זיך צו מיר, און לײַטזעליק מיך,
װי עס איז רעכט צו די װאָס האָבן ליב דײַן נאָמען.
133פֿעסטיק מײַנע טריט מיט דײַן װאָרט,
און לאָז נישט געװעלטיקן איבער מיר קײן אומרעכט.
134לײז מיך אױס פֿון דער דריקונג פֿון מענטשן,
כּדי איך זאָל היטן דײַנע באַפֿעלן.
135דערלײַכט דײַן פּנים אױף דײַן קנעכט,
און לערן מיך דײַנע געזעצן.
136בעכן װאַסער האָבן פֿאַרגאָסן מײַנע אױגן,
איבער די װאָס האָבן נישט געהיט דײַן תּורה.
צ
137גערעכט ביסטו, ה׳,
און רעכטפֿאַרטיק זײַנען דײַנע משפּטים.
138האָסט באַפֿױלן מיט גערעכטיקײט דײַנע צײגנים {עֵדוּת פֿון עשרת הדברים, סהדא, צײגע, עד התּביעה},
און מיט געטרײַשאַפֿט ביז גאָר.
139מיך האָט אומגעבראַכט מײַן ערגערניש
װײַל מײַנע פֿײַנט האָבן פֿאַרגעסן דײַנע װערטער.
140געלײַטערט איז דײַן װאָרט ביז גאָר,
און דײַן קנעכט האָט עס ליב.
141קלײן בין איך און פֿאַראַכט {בזה}
[4] –
דײַנע באַפֿעלן האָב איך נישט פֿאַרגעסן.
142דײַן גערעכטיקײט איז אײביק גערעכט,
און דײַן תּורה איז אמת.
143נױט און אַנגסט האָבן מיך געטראָפֿן –
דײַנע געבאָט זײַנען מײַנע קװיקונגען.
144גערעכט זײַנען דײַנע צײגנים {עֵדוּת פֿון עשרת הדברים, סהדא, צײגע, עד התּביעה} אױף אײביק;
מאַך מיך פֿאַרשטײן, כּדי איך זאָל לעבן.
ק
145איך האָב גערופֿן מיטן גאַנצן האַרצן;
ענטפֿער מיר, ה׳; דײַנע געזעצן װעל איך האַלטן.
146איך רוף דיך, העלף מיך,
און איך װעל היטן דײַנע צײגנים {עֵדוּת פֿון עשרת הדברים, סהדא, צײגע, עד התּביעה}.
147איך האָב מיך געפֿעדערט באַגינען און געשריִען;
אױף דײַן װאָרט האָב איך געהאַרט.
148מײַנע אױגן זײַנען פֿאַרױסגעלאָפֿן די נאַכטװאַכן,
צו טראַכטן אָן דײַן װאָרט.
149הער צו מײַן קֹול לױט דײַן חֶסֶד,
ה׳, לעב מיך אױף אַזױ װי דײַן שטײגער.
150עס גענענען די װאָס יאָגן זיך נאָך שענדלעכקײט;
פֿון דײַן תּורה זײַנען זײ װײַט.
151דו ביסט נאָנט, ה׳,
און אַלע דײַנע געבאָט זײַנען אמת.
152פֿון לאַנג אָן האָב איך געװוּסט פֿון דײַנע צײגנים {עֵדוּת פֿון עשרת הדברים, סהדא, צײגע, עד התּביעה},
אַז דו האָסט זײ אױף אײביק געגרונטפֿעסט.
ר
153זע מײַן פּײַן, און דערלײז מיך,
װאָרעם דײַן תּורה האָב איך נישט פֿאַרגעסן.
154קריג מײַן קריג, און לײז מיך אױס,
לױט דײַן צוזאָג לעב מיך אױף.
155װײַט איז פֿון רשעים הילף,
װײַל דײַנע געזעצן זוכן זײ נישט.
156דײַן דערבאַרעמונג איז גרױס, ה׳;
לעב מיך אױף אַזױ װי דײַן געזעצן.
157פֿיל זײַנען מײַנע נאָכיאָגער און מײַנע דריקער –
פֿון דײַנע צײגנים {עֵדוּת פֿון עשרת הדברים, סהדא, צײגע, עד התּביעה} האָב איך זיך נישט אָפּגענײגט.
158איך האָב געזען די פֿעלשער און איך האָב געהאַט אַן עקל צו זײ,
װאָס האָבן דײַן װאָרט נישט געהיט.
159זע אַז דײַנע באַפֿעלן האָב איך ליב;
ה׳, לעב מיך אױף לױט דײַן חֶסֶד.
160דער עיקר פֿון דײַן װאָרט איז אמת,
און אױף אײביק איז אַל דײַן גערעכטער משפּט.
ש
161האַרן האָבן מיך גערודפֿט פֿאַר אומזיסט,
אָבער פֿאַר דײַנע װערטער האָט געאַנגסט מײַן האַרץ.
162איך פֿרײ זיך איבער דײַן װאָרט,
װי אײנער װאָס געפֿינט אַ סך רױב.
163ליגן האָב איך פֿײַנט און פֿאַראומװערדיק,
דײַן תּורה האָב איך ליב.
164זיבן מאָל אַ טאָג לױב איך דיך
פֿאַר דײַנע גערעכטע משפּטים.
165גרױס פֿריד איז פֿאַר די ליבהאָבער פֿון דײַן תּורה,
און נישטאָ פֿאַר זײ קײן שטרױכלונג.
166איך האָב אױסגעקוקט אױף דײַן הילף, ה׳,
און דײַנע געבאָט האָב איך געטאָן.
167מײַן זעל האָט געהיט דײַנע צײגנים {עֵדוּת פֿון עשרת הדברים, סהדא, צײגע, עד התּביעה},
און איך האָב זײ ליב זײער.
168איך האָב געהיט דײַנע באַפֿעלן און דײַנע צײגנים {עֵדוּת פֿון עשרת הדברים, סהדא, צײגע, עד התּביעה},
װאָרעם אַלע מײַנע װעגן זײַנען פֿאַר דיר.
ת
169זאָל גענענען מײַן געשרײ פֿאַר דיר, ה׳;
מאַך מיך פֿאַרשטײן, לױט דײַן װאָרט.
170זאָל קומען מײַן געבעט פֿאַר דיר;
זײַ מיך מציל לױט דײַן צוזאָג.
171מײַנע ליפּן װעלן שטראָמען מיט לױב,
אַז דו װעסט מיך לערנען דײַנע געזעצן.
172מײַן צונג װעט זינגען דײַן װאָרט,
װאָרעם אַלע דײַנע געבאָט זײַנען גערעכטיקײט.
173זאָל דײַן האַנט זײַן מיר צו הילף,
װאָרעם דײַנע באַפֿעלן האָב איך אױסדערװײלט.
174איך האָב געשמאַכט נאָך דײַן ישועה, ה׳,
און דײַן תּורה איז מײַן קװיקונג.
175זאָל לעבן מײַן זעל, און דיך לױבן,
און זאָלן דײַנע משפּטים מיך העלפֿן.
176איך האָב געבלאָנדזשעט װי אַ פֿאַרלאָרענע שאָף;
[5]
זוך אױף דײַן קנעכט, װאָרעם דײַנע געבאָט האָב איך נישט פֿאַרגעסן.