AFIIOrthodox Hasidic Yiddish Tanakh › Psalms 120
◄ Psalms 119
Psalms 120
תְּהִלִּים 120
Psalms 121 ►
1אַ געזאַנג פֿון די אַרױפֿגאַנגען.
1 אין מײַן נױט האָב איך גערופֿן צו ה׳,
און ער האָט מיר געענטפֿערט.
2ה׳, זײַ מציל מײַן זעל פֿון דער ליפּ פֿון ליגן,
פֿון דער צונג פֿון באַטרוג.
3װאָס װעט מען דיר געבן, און װאָס װעט מען דיר צולײגן,
דו צונג פֿון באַטרוג?
4שאַרפֿע גיבור-פֿײַלן,
מיט קױלן פֿון בעזעמבײמלעך.
5װײ מיר, װאָס איך האַלט זיך אױף אין מֶשֶך,
װאָס איך װױן בײַ די געצעלטן פֿון קֵדָר.
6לאַנג האָט זיך אָנגעװױנט מײַן זעל
בײַ דעם שׂונא פֿון שלום.
7איך בין לױטער שלום,
אָבער אַז איך רעד, זײַנען זײ פֿאַר מלחמה.
OpenBible.info Cross-References (ranked by vote)
◄ Psalms 119Psalms 121 ►