1אַ געזאַנג פֿון די אַרױפֿגאַנגען.
1 אַז ה׳ האָט אומגעקערט די אומקערונג פֿון צִיוֹן,
זײַנען מיר געװען װי אין חלום.
2דענצמאָל איז פֿול געװאָרן אונדזער מױל מיט געלעכטער,
און אונדזער צונג מיט געזאַנג;
דענצמאָל האָט מען געזאָגט צװישן די פֿעלקער:
גרױס געטאָן האָט ה׳ מיט די דאָזיקע.
3גרױס געטאָן האָט ה׳ מיט אונדז,
מיר זײַנען דערפֿרײט געװאָרן.
4ברענג צוריק, ה׳, אונדזער געפֿאַנגענשאַפֿט,
װי שטראָמען אין טרוקענעם לאַנד.
5די װאָס זײען מיט טרערן,
זאָלן שנײַדן מיט געזאַנג.
6גײן גײט און װײנט
דער װאָס טראָגט דעם אױסשיט פֿון זריעה,
אָבער קומען זאָל קומען מיט געזאַנג
דער װאָס טראָגט זײַנע גאַרבן.