1אַ געזאַנג פֿון די אַרױפֿגאַנגען.
1 די װאָס פֿאַרזיכערן
[1] זיך אױף ה׳
זײַנען אַזױ װי באַרג צִיוֹן, װאָס רירט זיך נישט;
אײביק פֿאַרבלײַבט ער.
2ירושָלַיִם – אַרום איר זײַנען בערג,
און ה׳ איז אַרום זײַן פֿאָלק,
פֿון אַצונד און ביז אײביק.
3װאָרעם דער שטעקן פֿון שלעכטיקײט װעט נישט רוען
אױף דעם גורל פֿון די גערעכטע,
כּדי די גערעכטע זאָלן נישט אױסשטעקן
אין אומגערעכטיקײט זײערע הענט.
4באַגיטיק, ה׳, די גוטע,
און די װאָס זײַנען רעכטפֿאַרטיק אין זײערע הערצער.
5אָבער די װאָס נײַגן זיך אױף זײערע קרומע װעגן,
זײ װעט ה׳ אַװעקפֿירן מיט די טוער פֿון אומרעכט.
שלום אױף יִשׂרָאֵל!