AFIIOrthodox Hasidic Yiddish Tanakh › Psalms 128
◄ Psalms 127
Psalms 128
תְּהִלִּים 128
Psalms 129 ►
1אַ געזאַנג פֿון די אַרױפֿגאַנגען.
1 װױל צו איטלעכן װאָס פֿאָרכט ה׳,
װאָס גײט אין זײַנע װעגן.
2די מי פֿון דײַנע הענט אַז דו עסט,
װױל איז צו דיר, און גוט איז צו דיר.
3דײַן װײַב װי אַ פֿרוכטיקער װײַנשטאָק,
אין די װינקלען פֿון דײַן הױז;
דײַנע קינדער װי אײלבערטפֿלאַנצן,
רונד אַרום דײַן טיש.
4יאָ, אָט אַזױ װערט געבענטשט
דער מאַן װאָס פֿאָרכט ה׳.
5ה׳ זאָל דיך בענטשן פֿון צִיוֹן,
און זע דאָס גוטס פֿון ירושָלַיִם
אַלע טעג פֿון דײַן לעבן;
6און זע קינדער בײַ דײַנע קינדער.
שלום אױף יִשׂרָאֵל!
OpenBible.info Cross-References (ranked by vote)
◄ Psalms 127Psalms 129 ►