1הַלְלוּ יָהּ (ה׳).
װױל צו דעם מאַן װאָס האָט מורא פֿאַר ה׳,
װאָס נאָך זײַנע געבאָט טוט ער גאַרן זײער.
2מאַכטיק אין לאַנד װעט זײַן זײַן קינדער {זֶרַע};
[1]
דער דור פֿון די רעכטפֿאַרטיקע װעט זײַן געבענטשט.
3גוטס און עשירות איז בײַ אים אין הױז,
און זײַן גערעכטיקײט באַשטײט אױף אײביק.
4ער שײַנט פֿאַר די רעכטפֿאַרטיקע װי אַ ליכט אין דער פֿינצטער
[2],
ער איז לײַטזעליק און דערבאַרעמדיק און גערעכט.
5גוט איז דער מאַן װאָס איז לײַטזעליק און לײַט,
װאָס פֿירט זײַנע זאַכן מיט גערעכטיקײט.
6װאָרעם ער װעט קײן מאָל נישט אומפֿאַלן;
צו אײביקער געדעכעניש װעט זײַן דער צדיק.
7פֿאַר אַ בײזער בשׂורה האָט ער נישט מורא,
פֿעסט איז זײַן האַרץ, ער איז בטוח אױף ה׳.
8זיכער איז זײַן האַרץ, ער האָט נישט קײן מורא,
ביז ער זעט זיך אָן אױף זײַנע פֿײַנט.
9ער טײלט פֿונאַנדער, ער גיט די באַדערפֿטיקע,
זײַן צדקה באַשטײט אױף אײביק;
זײַן האָרן װעט דערהױבן זײַן אין כּבֿוד.
10דער רשע װעט זען און זיך ערגערן,
זײַנע צײן װעט ער קריצן און װעט צעגאַנגען װערן;
דער באַגער פֿון די רשעים װעט אונטערגײן.