AFIIOrthodox Hasidic Yiddish Tanakh › Psalms 37
◄ Psalms 36
Psalms 37
תְּהִלִּים 37
Psalms 38 ►
1פֿון דָוִדן.
1זאָלסט זיך נישט ערגערן װעגן די שלעכטסטוער,
זאָלסט נישט מקנא זײַן די װאָס טוען אומרעכט.
2װאָרעם גיך װי גראָז װעלן זײ פֿאַרשניטן װערן,
און װי גרינע קרײַטעכץ װעלן זײ פֿאַרװעלקט װערן.
3פֿאַרזיכער זיך אױף ה׳, און טו גוטס,
זיץ רויִק אין לאַנד, און היט אָפּ װאָרהאַפֿטיקײט,
4און קװיק זיך מיט ה׳,
און ער װעט דיר געבן די פֿאַרלאַנגען פֿון דײַן האַרצן.
5פֿאַרלאָז אױף ה׳ דײַן װעג,
און פֿאַרזיכער זיך אױף אים, און ער װעט טאָן.
6און ער װעט אַרױסברענגען װי דאָס ליכט דײַן גערעכטיקײט,
און דײַן משפּט װי דער מיטן טאָג.
7האַר צו ה׳, און האָף צו אים,
זאָלסט זיך נישט ערגערן װעגן דעם װאָס איז מצליח אױף זײַן װעג,
װעגן דעם מאַן װאָס טוט ליסטיקײטן.
8לאָז אָפּ פֿון כּעס, און פֿאַרלאָז גרימצאָרן;
זאָלסט זיך נישט ערגערן; דאָס פֿירט בלױז צום בײזן.
9װאָרעם די שלעכטסטוער װעלן פֿאַרשניטן װערן,
און די װאָס האָפֿן צו ה׳, זײ װעלן אַרבן דאָס לאַנד.
10און נאָך אַ קלײן װײַלע, און דער רשע װעט נישט זײַן,
און װעסט זיך אומקוקן אױף זײַן אָרט, און ער איז נישטאָ.
11אָבער די געדריקטע װעלן אַרבן דאָס לאַנד,
און װעלן זיך קװיקן מיט גרױס פֿריד.
12דער רשע טראַכט בײז קעגן צדיק,
און ער קריצט אױף אים זײַנע צײן.
13אֲדֹנָי לאַכט פֿון אים,
װאָרעם ער זעט אַז זײַן טאָג װעט קומען.
14די רשעים ציִען אַרױס די שװערד,
און שפּאַנען זײער בױגן,
צו מאַכן פֿאַלן דעם אָרעמאַן און דעם אבֿיון,
צו שעכטן די װאָס זײער װעג איז גלײַך.
15װעט זײער שװערד אַרײַן אין זײער האַרצן,
און זײערע בױגנס װעלן צעבראָכן װערן.
16בעסער דאָס ביסל בײַם צדיק,
אײדער די שפֿע פֿון פֿיל רשעים.
17װאָרעם די אָרעמס פֿון די רשעים װעלן צעבראָכן װערן,
אָבער די צדיקים לענט אונטער ה׳.
18ה׳ מערקט די טעג פֿון די אומשולדיקע,
און זײער אַרב װעט זײַן אױף אײביק.
19זײ װעלן נישט פֿאַרשעמט װערן אין צײַט פֿון בײז,
און אין טעג פֿון הונגער װעלן זײ זאַט זײַן.
20װאָרעם די רשעים װעלן אונטערגײן,
און די פֿײַנט פֿון ה׳
אַזױ װי קעסטלעכע פֿעטע שאָף;
זײ פֿאַרגײען, אין רױך פֿאַרגײען זײ.
21דער רשע לײַט און באַצאָלט נישט,
און דער צדיק לײַטזעליקט און גיט.
22װאָרעם זײַנע געבענטשטע אַרבן דאָס לאַנד,
און זײַנע פֿאַרשאָלטענע װערן פֿאַרשניטן.
23פֿון ה׳ װערן אָנגעשטעלט די טריט פֿון מענטשן,
און ער באַװיליקט זײַן װעג.
24אַז ער פֿאַלט, בלײַבט ער נישט ליגן,
װאָרעם ה׳ לענט אונטער זײַן האַנט.
25איך בין יונג געװען און בין אַלט געװאָרן,
און איך האָב נישט געזען אַ צדיק פֿאַרלאָזן,
און זײַן זאָמען בעטלענדיק ברױט.
26אַ גאַנצן טאָג איז ער לײַטזעליק און אַנטלײַט,
און זײַן זאָמען איז אַ בענטשונג.
27קער זיך אָפּ פֿון שלעכטס, און טו גוטס,
און בלײַב רוען אױף אײביק.
28װאָרעם ה׳ האָט ליב גערעכטיקײט,
און פֿאַרלאָזט נישט זײַנע פֿרומע;
אײביק װערן זײ אָפּגעהיט,
אָבער דער זאָמען פֿון די רשעים װערט פֿאַרשניטן.
29די צדיקים װעלן אַרבן דאָס לאַנד,
און װעלן װױנען דערױף שטענדיק.
30דאָס מױל פֿון דעם צדיק לאָזט אַרױס חכמה,
און זײַן צונג רעדט גערעכטיקײט.
31די תּורה פֿון זײַן ג-ט איז אין זײַן האַרצן,
זײַנע טריט גליטשן זיך נישט אױס.
32דער רשע קוקט אױס אױפֿן צדיק,
און זוכט אים צו טײטן.
33ה׳ װעט אים נישט איבערלאָזן אין זײַן האַנט,
און נישט לאָזן אים שולדיק מאַכן, אַז ער װערט געמשפּט.
34האָף צו ה׳, און היט זײַן װעג,
און ער װעט דיך דערהײבן צו אַרבן דאָס לאַנד;
װעסט צוזען װי די רשעים װערן פֿאַרשניטן.
35איך האָב געזען דעם רשע מאַכטיק,
און צעשפּרײט װי אַ צװײַגהאַפֿטיקער אַלטגעזעסענער בױם;
36אָבער מע איז פֿאַרבײַגעגאַנגען,
ערשט ער איז נישטאָ,
און איך האָב אים געזוכט,
און ער איז נישט געװען צו געפֿינען.
37באַטראַכט דעם אומשולדיקן, און זע דעם רעכטפֿאַרטיקן,
אַז דער סוף פֿון איטלעכן איז אַ גליקלעכער.
38און די פֿאַרברעכער װערן פֿאַרטיליקט אין אײנעם,
דער סוף פֿון די רשעים װערט פֿאַרשניטן.
39אָבער די הילף פֿון די צדיקים איז פֿון ה׳,
זײער פֿעסטונג אין צײַט פֿון נױט.
40און ה׳ שטײט זײ בײַ, און מאַכט זײ אַנטרינען,
ער מאַכט זײ אַנטרינען פֿון די רשעים, און העלפֿט זײ,
װײַל זײ האָבן זיך געשיצט אין אים.
Brit Chadasha FootnoteJohn 15 →

1איך בין דער ווארהאפטיקער וויינשטאק, און מיין פאטער איז דער גערטנער. 2יעדע צווייג אין מיר, וואס ברענגט נישט קיין פירות, נעמט ער אוועק; און יעדע, וואס ברענגט יא פירות, ער אפשניידן ריין (צווייג), כדי זי זאל ברענגען מער פירות. 3איר זענט שוין ריין, דורך דעם ווארט, וואס איך האב צו אייך גערעדט. 4בלייבט אין מיר, און איך אין אייך, ווי די צווייג קען נישט ברענגען קיין פירות פון זיך אליין, אויב זי בלייבט נישט אינם וויינשטאק, אזוי (קענט) איר נישט, אויב איר בלייבט נישט אין מיר. 5איך בין דער וויינשטאק; איר זענט די צווייגן; ווער עס בלייבט אין מיר, און איך אין אים, דער ברענגט א סך פירות; ווייל אָן מיר קענט איר גארנישט טאן. 6אויב עמיצער בלייבט נישט אין מיר, ווערט ער ארויסגעווארפן אינדרויסן, ווי די צווייג, און ווערט פארדארט; און מען זאמלט זיי איין און ווארפט זיי אין פייער אריין, און זיי ווערן פארברענט. 7אויב איר בלייבט אין מיר, און מיינע ווערטער בלייבן אין אייך, מעגט איר בעטן וואס איר ווילט נאר, און עס וועט אייך געטאן ווערן. 8אין דעם דאזיקן ווערט מיין פאטער פארהערלעכט, אז איר זאלט ברענגען א סך פירות; און זיין מיינע תלמידים. 9ווי דער פאטער האט מיך ליב געהאט, אזוי האב איך אייך ליב געהאט; פארבלייבט אין דער ליבע מיינער! 10אויב איר וועט האלטן מיינע געבאטן, וועט איר בלייבן אין מיין ליבע, ווי איך האב געהאלטן די געבאטן פון מיין פאטער, און בלייב אין דער ליבע זיינער. 11דאס האב איך גערעדט צו אייך, כדי מיין פרייד זאל זיין אין אייך, און אייער פרייד זאל ווערן פול. 12דאס דאזיקע איז מיין געבאט, אז איר זאלט ליב האבן איינער דעם אנדערן, ווי איך האב אייך ליב געהאט. 13קיינער האט נישט קיין גרעסערע ליבע ווי די דאזיקע, אז ער זאל אנידערלייגן זיין לעבן פאר זיינע פריינד. 14איר זענט מיינע פריינד, אויב איר טוט, וואס איך באפעל אייך. 15איך רוף אייך מער נישט קנעכט, ווייל דער קנעכט ווייסט נישט וואס זיין האר טוט; איך רוף אייך אבער פריינד, ווייל אלץ, וואס איך האב געהערט ביי מיין פאטער, האב איך אייך צו וויסן געטאן. 16נישט איר האט מיך אויסדערוויילט, נאר איך האב אייך אויסדערוויילט, און אייך באשטימט, אז איר זאלט גיין און ברענגען פירות, און אז אייערע פירות זאלן בלייבן; כדי וואס איר וועט בעטן דעם פאטער אין מיין נאמען, זאל ער אייך געבן. 17דאס באפעל איך אייך, כדי איר זאלט ליב האבן איינער דעם אנדערן. 18אויב די וועלט האסט אייך, ווייסט איר, אז זי האט מיך, קודם כל, געהאסט פאר אייך. 19אויב איר וואלט געווען פון דער וועלט, וואלט די וועלט ליב געהאט דאס, וואס איז איר אייגנס; ווייל אבער איר זענט נישט פון דער וועלט, נאר איך האב אייך אויסדערוויילט פון דער וועלט, צוליב דעם האט די וועלט אייך פיינט. 20געדענקט דאס ווארט, וואס איך האב אייך געזאגט: א קנעכט איז נישט גרעסער ווי זיין האר. אויב מען האט מיך גערודפט, וועט מען אייך אויך רודפן; אויב מען האט געהאלטן מיין ווארט, וועט מען אויך אייערס האלטן. 21אבער דאס אלץ וועט מען אייך טאן צוליב מיין נאמען, ווייל זיי קענען נישט אים, וואס האט מיך געשיקט. 22אויב איך וואלט נישט געקומען און גערעדט צו זיי, וואלטן זיי נישט געהאט קיין זינד; איצט אבער האבן זיי נישט קיין אנטשולדיקונג פאר זייער זינד. 23ווער עס האט מיך פיינט, דער האט אויך פיינט דעם פאטער מיינעם. 24אויב איך וואלט נישט געטאן צווישן זיי די מעשים, וואס קיין אנדערער האט נישט געטאן, וואלטן זיי נישט געהאט קיין זינד; איצט אבער האבן זיי געזען (די דאזיקע) און האבן מיך דאך פיינט און דעם פאטער מיינעם. 25נאר (דאס געשעט), כדי עס זאל מקוים ווערן דאס ווארט, וואס שטייט געשריבן אין זייער תורה:

מיט א שנאת חנם האבן זיי מיך פיינט געהאט.
(תהלים לה, יט.)

26ווען אבער דער פרקליט וועט קומען, וועמען איך וועל שיקן צו אייך פון מיין פאטער, דעם גייסט פון אמת, וואס קומט ארויס פון דעם פאטער, וועט ער עדות זאגן וועגן מיר; 27און איר וועט אויך עדות זאגן, ווייל איר זענט געווען מיט מיר פון אנהויב אָן.

OpenBible.info Cross-References (ranked by vote)
◄ Psalms 36Psalms 38 ►