AFIIOrthodox Hasidic Yiddish Tanakh › Isaiah 41
◄ Isaiah 40
Isaiah 41
יְשַעְיָה 41
Isaiah 42 ►
1שװײַגט פֿאַר מיר, איר אינדזלען,
און זאָלן די פֿעלקער באַנײַען דעם כּוֹח;
זאָלן זײ זיך נענטערן, דענצמאָל זאָלן זײ רעדן;
בײַנאַנד לאָמיר צום משפּט גענענען.
2װער האָט דערװעקט פֿון מזרח דעם גערעכטן,
רופֿט אים צו זײַן פֿוס?
ער גיט פֿאַר אים פֿעלקער,
און מאַכט אים געװעלטיגן איבער מלכים;
ער מאַכט װי שטױב זײַער שװערד,
װי צװײעטע שטרױ זײַער בױגן.
3ער פֿאָלגט זײ נאָך,
ער גײט דורך בשלום, אױף אַ װעג
װאָס מיט זײַנע פֿיס איז ער נישט געגאַנגען.
4װער האָט דאָס געטאָן און אױסגעפֿירט?
דער װאָס רופֿט די דורות פֿון אָנהױב אָן;
איך, דער אײביקער, בין דער ערשטער,
און מיט די לעצטע בין איך דערזעלבער.
5די אינדזלען האָבן געזען, און האָבן מורא,
די עקן פֿון דער ערד טוען ציטערן;
זײ האָבן גענענט און זײַנען געקומען.
6אײנער העלפֿט דעם אַנדערן,
און ער זאָגט צו זײַן ברודער: זײַ שטאַרק;
7און דער טישלער שטאַרקט דעם שמעלצער,
דער װאָס גלעט מיטן האַמער,
דעם װאָס קלאַפּט אױפֿן אַמבאָס;
ער זאָגט אױפֿן צונױפֿלײט: ער איז גוט;
און באַפֿעסטיקט עס מיט נעגל,
עס זאָל זיך נישט װאַקלען.
8און דו יִשׂרָאֵל מײַן קנעכט,
יעקבֿ, װאָס איך האָב דיך אױסדערװײלט,
דער זאָמען פֿון אבֿרהם מײַן ליבהאָבער,
9װאָס איך האָב דיך אָנגענומען פֿון די עקן ערד,
און פֿון אירע ברעגן דיך גערופֿן,
און געזאָגט צו דיר: מײַן קנעכט ביסטו,
איך האָב דיך אױסדערװײלט און דיך נישט פֿאַראַכט;
10זאָלסט נישט מורא האָבן, װאָרעם איך בין מיט דיר,
זאָלסט זיך נישט אומקוקן, װאָרעם איך בין דײַן ג-ט;
איך שטאַרק דיך און איך העלף דיך,
און איך לען דיך אונטער מיט דער רעכטער האַנט פֿון מײַן גערעכטיקײט.
11זע, פֿאַרשעמט און צו שאַנד װעלן װערן
אַלע װאָס זײַנען אָנגעצונדן אױף דיר;
װי נישט װעלן װערן
און אונטערגײן די מענטשן אין קריג מיט דיר;
12װעסט זײ זוכן און זײ נישט געפֿינען,
די מענטשן אין שטרײַט מיט דיר;
װי נישט און װי גאָרנישט װעלן װערן
די מענטשן אין מלחמה מיט דיר.
13װאָרעם איך בין ה׳ דײַן ג-ט
װאָס האַלט דײַן רעכטע האַנט,
דער װאָס זאָגט צו דיר:
זאָלסט נישט מורא האָבן, איך העלף דיך.
14זאָלסט נישט מורא האָבן, װאָרעם יעקבֿ, הײפֿעלע יִשׂרָאֵל;
איך העלף דיך, זאָגט ה׳,
און דײַן אױסלײזער {גֹּואֵל}[1] איז דער הײליקער פֿון יִשׂרָאֵל.
15זע, איך מאַך דיך פֿאַר אַ דרעששליטן אַ נײַעם,
מיט שפּיצן אַ סך;
װעסט דרעשן בערג און צעמאָלן,
– און הײכן װעסטו װי שפּרײ מאַכן.
16װעסט זײ װינטשופֿלען,
און אַ װינט װעט זײ אַװעקטראָגן,
און אַ שטורעם װעט זײ צעשפּרײטן;
און דו װעסט זיך פֿרײען מיט ה׳,
מיט דעם הײליקן פֿון יִשׂרָאֵל װעסטו זיך רימען.
17די אָרימע און באַדערפֿטיקע זוכן װאַסער און נישטאָ,
זײער צונג איז פֿאַרטריקנט פֿון דאָרשט;
איך, ה׳, װעל זײ ענטפֿערן,
איך, אלוקי יִשׂרָאֵל, װעל זײ נישט פֿאַרלאָזן.
18איך װעל עפֿענען שטראָמען אױף הױכע ערטער,
און קװאַלן אין מיטן פֿון טאָלן;
איך װעל מאַכן דעם מדבר פֿאַר אַ געמױזעכץ װאַסער,
און טרוקן לאַנד פֿאַר אױסגאַנגען װאַסער.
19איך װעל געבן אין מדבר צעדער,
אַקאַציע, און מירט, און אײלבױם;
איך װעל אײַנזעצן אין דער װיסטע ציפּרעס,
טענענבױם און בוקסנבױם אין אײנעם;
20כּדי זײ זאָלן זען און װיסן,
און באַטראַכטן און פֿאַרשטײן צוגלײַך,
אַז די האַנט פֿון ה׳ האָט דאָס געטאָן,
און דער הײליקער פֿון יִשׂרָאֵל האָט עס געשאַפֿן.
21ברענגט אַהער אײַער קריג, זאָגט ה׳,
גענענט אײַערע טענות, זאָגט דער קיניג פֿון יעקבֿ.
22זאָלן זײ גענענען און אונדז זאָגן
די זאַכן װאָס געשעען;
די פֿריִערדיקע – װאָס זײַנען זײ?
זאָגט, כּדי מיר זאָלן צולײגן אונדזער האַרץ,
און דערקענען זײער אױסלאָזן;
אָדער די קומעדיקע לאָזט אונדז הערן.
23דערצײלט אונדז װאָס װעט קומען שפּעטער,
און מיר װעלן װיסן אַז איר זײַט ג‑טער;
יאָ, טוט גוטס אָדער טוט שלעכטס,
און מיר װעלן זיך אומקוקן און זען צוגלײַך.
24זעט, איר זײַט פֿון נישט,
און אײַער װערק פֿון גאָרנישט;
אומװערדיק איז דער װאָס טוט אײַך אױסװײלן.
25איך האָב דערװעקט פֿון צפֿון, און ער איז געקומען,
פֿון זונאױפֿגאַנג דעם װאָס רופֿט מײַן נאָמען;
און ער גײט אױף פֿירשטן װי אױף קױט,
און װי אַ טעפּער טרעט לײם.
26װער האָט אָנגעזאָגט פֿון אָנהײב, אַז מיר זאָלן װיסן,
און פֿון פֿריִער, אַז מיר זאָלן זאָגן: ער איז גערעכט?
קײנער צו מאָל האָט נישט אָנגעזאָגט,
קײנער צו מאָל האָט נישט געלאָזט הערן,
קײנער צו מאָל האָט נישט געהערט אײַערע װערטער.
27אַן ערשטער [װעט קומען] קײן צִיוֹן: זע, אָן זײַנען זײ!
און ירושָלַיִם װעל איך געבן אַ מבֿשׂר.
28אָבער איך קוק, און קײנער איז נישטאָ,
און פֿון די דאָזיקע איז נישטאָ קײן יוֹעץ,
װאָס איך זאָל זײ פֿרעגן,
און זײ זאָלן ענטפֿערן אַ װאָרט.
29זע, זײ אַלע זײַנען בײזס,
נישטיק זײַנען זײערע װערק,
װינט און װיסטקײט זײערע געצן.
Notes & Cross-References
Brit Chadasha FootnotePhilippians 4 →

1דערפאר, ברידער מיינע געליבטע, נאך וועמען איך בענק (אזוי), מיין פרייד און מיין קרוין, שטייט אזוי פעסט אינם האר, געליבטע מיינע. 2איך בין מזהיר די עוואדיא, און בין מזהיר די סינטיכע, אז זיי זאלן זיין אייניק אין זייערע געדאנקען אינם האר. 3יא, און דיך בעט איך אויך, געטרייער סיזיגוס, העלף זיי, וועלכע האבן מיט מיר מיטגעארבעט אין דער בשורה טובה, מיט קלעמענסן און די איבריקע מיטארבעטער מיינע, וועמעס נעמען זענען אינם ספר החיים.

4פריידט זיך אלעמאל אינם האר; נאכאמאל זאג איך: פריידט זיך. 5זאל אייער באשיידנקייט באקאנט ווערן צו אלע מענטשן. דער האר איז נאענט. 6זארגט נישט וועגן קיין שום זאך; נאר אין אלעם, דורך תפילה און תחנונים מיט דאנק, זאלן אייערע בקשות באקאנט ווערן צו ה׳. 7און דער שלום פון ה׳, וואס איז העכער פון יעדער שכל, וועט באוואכן אייערע הערצער און אייערע מחשבות אינם משיח יהושע/ישוע.

8צום סוף, ברידער, אלץ וואס איז נאר אמת, בכבודיק, גערעכט, לויטער, ליבלעך, האט א גוטן שם; אויב א גוטע מידה און אויב עפעס צום לויבן, זאלט איר דערפון נאכטראכטן. 9די זאכן, וועלכע איר האט געלערנט און אנגענומען און געהערט און געזען אין מיר, די דאזיקע זאלט איר טאן: און דער ג‑ט פון שלום וועט זיין מיט אייך.

10און איך האב מיך זייער געפריידט אינם האר, אז איר האט ווידעראמאל באלעבט אייער זארגן פאר מיר; איר האט מיך טאקע תמיד אין זינען געהאט, נאר עס האט אייך געפעלט א געלעגנהייט. 11נישט אויס נויט זאג איך דאס: ווארום איך האב געלערנט, אין וואס פאר א מעמד איך זאל מיך נישט געפינען, אויסצוקומען מיט דעם, וואס איך האב. 12איך ווייס (וואס עס איז) צו זיין דערנידעריקט, און ווייס (וואס עס איז) צו האבן א שפע: איך האב געלערנט אין אלץ און אין אלעם, סאי זאט צו זיין סאי צו ליידן הונגער, סאי צו האבן א שפע סאי צו ליידן נויט. 13איך קען אלץ (פארטראגן) דורך אים, וועלכער שטארקט מיך. 14דאך האט איר גוט געטאן דערמיט, וואס איר האט געהאט חברותאשאפט מיט מיר אין מיין ליידן. 15און אפילו איר, פיליפער, ווייסט, אז אין אנהויב פון דער בשורה טובה, ווען איך האב פארלאזט מאצעדאניען, האט קיין איין קהלה מיט מיר נישט געהאט קיין חברותאשאפט וואס שייך דער פראגע פון געבן און נעמען, אחוץ איר אליין; 16אז אפילו אין טעסאלאניקא האט איר מיר געשיקט איינמאל און א צווייטמאל פאר מיינע באדערפענישן. 17נישט אז איך בין אויסן די מתנה; נאר איך זוך די פרוכט, וואס זאל זיך פארמערן צו אייער חשבון. 18איצט האב איך פון אלעם און (אפילו נאך) א שפע; איך בין אנגעפילט, האבנדיק באקומען פון עפאפראדיטוסן דאס, וואס איר האט געשיקט, א געשמאקן ריח, א קרבן, וואס איז אנגענעם און וואוילגעפעלן צו ה׳. 19און מיין ג‑ט וועט אנפילן אלע אייערע נויטן לויט זיין עשירות אין כבוד אינם משיח יהושע/ישוע. 20און צו ג‑ט אונדזער פאטער זאל זיין דער כבוד לעלמי עולמים. אמן!

21גיט אפ שלום אלע הייליקע אינם משיח יהושע/ישוע. די ברידער, וואס זענען מיט מיר געבן אייך אפ שלום. 22אלע הייליקע געבן אייך אפ שלום, נאר גאנץ באזונדערס די פון קיסרס הויז.

23זאל דער חסד פון דעם האר יהושע/ישוע המשיח זיין מיט אייער גייסט. אמן.

OpenBible.info Cross-References (ranked by vote)
◄ Isaiah 40Isaiah 42 ►