AFIIOrthodox Hasidic Yiddish Tanakh › Deuteronomy 31
◄ Deuteronomy 30
Deuteronomy 31
דְבָֿרִים 31
Deuteronomy 32 ►
וַיֵלֶךְ

1און משה איז געגאַנגען, און האָט גערעדט די דאָזיקע װערטער צו גאַנץ יִשׂרָאֵל. 2און ער האָט צו זײ געזאָגט: אַ מאַן פֿון הונדערט און צװאַנציק יאָר בין איך הײַנט; איך קען נישט מער אַרױסגײן און אַרײַנגײן; און ה׳ האָט צו מיר געזאָגט: װעסט נישט אַריבערגײן דעם דאָזיקן יַרדן. 3ה׳ דײַן ג-ט, ער גײט אַריבער דיר פֿאַרױס; ער װעט פֿאַרטיליקן די דאָזיקע פֿעלקער פֿון פֿאַר דיר, און װעסט זײ ירשען; יְהוֹשועַ,[1] ער גײט אַריבער דיר פֿאַרױס, אַזױ װי ג-ט האָט גערעדט. 4און ה׳ װעט טאָן צו זײ אַזױ װי ער האָט געטאָן צו סיחון און צו עוֹג, די מלכים פֿון אֶמוֹרי, און צו זײער לאַנד, װאָס ער האָט זײ פֿאַרטיליקט. 5און ה׳ װעט זײ איבערגעבן צו אײַך, און איר װעט טאָן צו זײ אַזױ װי אַל דאָס געבאָט װאָס איך האָב אײַך געבאָטן. 6זײַט שטאַרק און פֿעסט, איר זאָלט נישט מורא האָבן און זיך נישט שרעקן פֿאַר זײ, װאָרעם ה׳ דײַן ג-ט, ער איז דער װאָס גײט מיט דיר; ער װעט דיך נישט אָפּלאָזן און דיך נישט פֿאַרלאָזן.

7און משה האָט גערופֿן יְהוֹשועַן, און ער האָט צו אים געזאָגט פֿאַר די אױגן פֿון גאַנץ יִשׂרָאֵל: זײַ שטאַרק און פֿעסט, װאָרעם דו װעסט קומען מיט דעם דאָזיקן פֿאָלק אין דעם לאַנד װאָס ה׳ האָט געשװאָרן זײערע עלטערן זײ צו געבן, און דו װעסט עס זײ מאַכן אַרבן. 8און ה׳, ער איז דער װאָס גײט דיר פֿאַרױס; ער װעט זײַן מיט דיר, ער װעט דיך נישט אָפּלאָזן און דיך נישט פֿאַרלאָזן; זאָלסט נישט מורא האָבן און נישט אַנגסטן.

9און משה האָט אױפֿגעשריבן די דאָזיקע תּורה, און האָט זי געגעבן צו די כּהנים, די קינדער פֿון לֵוִי, װאָס טראָגן דעם אָרון פֿון ה׳ס ברית, און צו אַלע עלטסטע פֿון יִשׂרָאֵל. 10און משה האָט זײ באַפֿױלן, אַזױ צו זאָגן: צום סוף פֿון אַלע זיבן יאָר, אין דער צײַט פֿון דעם יאָר פֿון שמיטה, אין דעם יוֹם-טובֿ פֿון סוכּוֹת, 11װען גאַנץ יִשׂרָאֵל קומט זיך װײַזן פֿאַר ה׳ דײַן ג-ט, אין דעם אָרט װאָס ער װעט אױסדערװײלן, זאָלסטו לײענען די דאָזיקע תּורה פֿאַר גאַנץ יִשׂרָאֵל אין זײערע אױערן. 12זאַמל אײַן דאָס פֿאָלק, די מענער און די װײַבער און די קלײנע קינדער, און דײַן פֿרעמדן װאָס אין דײַנע טױערן, כּדי זײ זאָלן הערן, און כּדי זײ זאָלן לערנען, און מורא האָבן פֿאַר ה׳ אלוקיכם, און היטן צו טאָן אַלע װערטער פֿון דער דאָזיקער תּורה; 13און זײערע קינדער װאָס האָבן נישט געװוּסט, זאָלן הערן, און לערנען מורא צו האָבן פֿאַר ה׳ אלוקיכם אַלע טעג װאָס איר לעבט אױף דער ערד װאָס איר גײט אַריבער דעם יַרדן אַהין, זי צו אַרבן.

14און ה׳ האָט געזאָגט צו משהן: זע, דײַנע טעג גענענען צום שטאַרבן, רוף יְהוֹשועַן, און שטעלט אײַך אין אוֹהל-מוֹעד, און איך װעל אים באַפֿעלן. זײַנען געגאַנגען משה און יְהוֹשועַ, און האָבן זיך געשטעלט אין אוֹהל-מוֹעד. 15און ה׳ האָט זיך באַװיזן אין געצעלט אין אַ װאָלקנזײַל, און דער װאָלקנזײַל איז געשטאַנען בײַם אײַנגאַנג פֿון געצעלט. 16און ה׳ האָט געזאָגט צו משהן: זע, דו לײגסט זיך מיט דײַנע עלטערן, און דאָס דאָזיקע פֿאָלק װעט אױפֿשטײן און זיך אָפּקערן נאָך די ג‑טער פֿון די פֿרעמדע פֿון דעם לאַנד װאָס ער קומט אַהין צװישן זײ, און ער װעט מיך פֿאַרלאָזן, און פֿאַרשטערן מײַן ברית װאָס איך האָב געשלאָסן {כרתּ}[2] מיט אים. 17און מײַן צאָרן {אַף}[3] װעט גרימען אױף אים אין יענעם טאָג, און איך װעל זײ פֿאַרלאָזן, און פֿאַרבאָרגן מײַן פּנים פֿון זײ, און ער װעט זײַן צום פֿאַרצערן, און אים װעלן טרעפֿן בײזן פֿיל און צרות, און ער װעט זאָגן אין יענעם טאָג: פֿאַר װאָר, װײַל מײַן ג-ט איז נישט צװישן מיר, האָבן מיך געטראָפֿן די דאָזיקע בײזן. 18און פֿאַרבאָרגן װעל איך פֿאַרבאָרגן מײַן פּנים אין יענעם טאָג, פֿאַר אַלעם בײזן װאָס ער האָט געטאָן, אַז ער האָט זיך געקערט צו פֿרעמדע ג‑טער. 19און אַצונד שרײַבט אײַך אױף דאָס דאָזיקע געזאַנג, און לערן עס אױס די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל; טו עס אַרײַן אין זײער מױל, כּדי דאָס דאָזיקע געזאַנג זאָל מיר זײַן צום עדות קעגן די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל. 20אַז איך װעל אים ברענגען אױף דער ערד װאָס איך האָב צוגעשװאָרן זײערע עלטערן, װאָס פֿליסט מיט מילך און האָניק, און ער װעט עסן און װערן זאַט און פֿעט, און װעט זיך קערן צו פֿרעמדע ג‑טער, און זײ װעלן זײ דינען, און װעלן מיך פֿאַראַכטן, און ער װעט פֿאַרשטערן מײַן ברית, 21איז, אַז אים װעלן טרעפֿן בײזן פֿיל און צרות װעט דאָס דאָזיקע געזאַנג זיך אָפּרופֿן אים אין פּנים צום עדות װאָרעם עס װעט נישט פֿאַרגעסן װערן פֿון דעם מױל פֿון זײַן זאָמען; װײַל איך װײס זײַן טֶבֿע, װי ער באַגײט זיך הײַנט, נאָך אײדער איך האָב אים געבראַכט אין דעם לאַנד װאָס איך האָב צוגעשװאָרן.

22און משה האָט אױפֿגעשריבן דאָס דאָזיקע געזאַנג אין יענעם טאָג, און האָט עס אױסגעלערנט די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל. 23און ער האָט באַפֿױלן יְהוֹשועַ דעם זון פֿון נון, און האָט געזאָגט: זײַ שטאַרק און פֿעסט, װאָרעם דו װעסט ברענגען די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל אין דעם לאַנד װאָס איך האָב זײ צוגעשװאָרן, און איך װעל זײַן מיט דיר. [4]

24און עס איז געװען, װי משה האָט געענדיקט אױפֿשרײַבן די װערטער פֿון דער דאָזיקער תּורה אין אַ בוך, ביז זײער סוף, 25אַזױ האָט משה באַפֿױלן די לוִיִים װאָס טראָגן דעם אָרון פֿון ה׳ס ברית, אַזױ צו זאָגן: 26נעמט דאָס דאָזיקע בוך פֿון דער תּורה, און איר זאָלט עס אַװעקלײגן בײַן זײַט פֿון דעם אָרון פֿון דעם ברית פֿון ה׳ אלוקיכם, און עס זאָל דאָרטן זײַן צום עדות קעגן דיר. 27װאָרעם איך קען דײַן װידערשפּעניקײט און דײַן האַרטן נאַקן; זע, הײַנט, אַז איך לעב נאָך מיט אײַך, זײַט איר געװען װידערשפּעניקער אַקעגן ה׳, און װי שױן נאָך מײַן טױט?[5] 28זאַמלט אײַן צו מיר אַלע עלטסטע פֿון אײַערע שבֿטים, און אײַערע אױפֿזעער, און איך װעל רעדן אין זײערע אױערן די דאָזיקע װערטער, און װעל מאַכן הימל און ערד עדות קעגן זײ. 29װאָרעם איך װײס, אַז פֿאַרדאָרבן װעט איר פֿאַרדאָרבן װערן נאָך מײַן טױט, און איר װעט זיך אָפּקערן פֿון דעם װעג װאָס איך האָב אײַך באַפֿױלן, און אײַך װעט געשען בײז אין סוף פֿון די טעג, װײַל איר װעט טאָן װאָס איז שלעכט אין די אױגן פֿון ה׳, אים צו דערצערענען מיט דער טואונג פֿון אײַערע הענט.

30און משה האָט גערעדט אין די אױערן פֿון דער גאַנצער אײַנזאַמלונג פֿון יִשׂרָאֵל די װערטער פֿון דעם דאָזיקן געזאַנג ביז זײער סוף.

Notes & Cross-References
OpenBible.info Cross-References (ranked by vote)
◄ Deuteronomy 30Deuteronomy 32 ►