1און עס איז געװען נאָך דעם טױט[1] פֿון משה דעם קנעכט פֿון ה׳,[2] האָט ה׳ געזאָגט צו יְהוֹשועַ[3] דעם זון פֿון נון, דעם באַדינער פֿון משהן, אַזױ צו זאָגן: 2משה מײַן קנעכט[4] איז געשטאָרבן; און אַצונד שטײ אױף, און גײ אַריבער דעם דאָזיקן יַרדן, דו און דאָס דאָזיקע גאַנצע פֿאָלק, צו דעם לאַנד װאָס איך גיב זײ – די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל. 3יעטװעדער אָרט װאָס אײַער פֿוסטריט װעט דערױף טרעטן, האָב איך אײַך אים געגעבן, אַזױ װי איך האָב גערעדט צו משהן. 4פֿון דעם מדבר, און דעם דאָזיקן לבֿנוֹן, און ביזן גרױסן טײַך, דעם טײַך פּרָת, דאָס גאַנצע לאַנד פֿון די חִתּים, און ביזן יַם-הַגָדול, צו זון-אונטערגאַנג, װעט זײַן אײַער געמאַרק. 5קײנער װעט נישט באַשטײן פֿאַר דיר אַלע טעג פֿון דײַן לעבן; אַזױ װי איך בין געװען מיט משהן, װעל איך זײַן מיט דיר; איך װעל דיך נישט אָפּלאָזן און דיך נישט פֿאַרלאָזן. 6זײַ שטאַרק און פֿעסט, װאָרעם דו װעסט דאָס דאָזיקע פֿאָלק מאַכן אַרבן דאָס לאַנד װאָס איך האָב געשװאָרן זײערע עלטערן זײ צו געבן. 7נאָר זײַ זײער שטאַרק און פֿעסט צו היטן צו טאָן אַזױ װי די דאָזיקע גאַנצע תּורה װאָס משה מײַן קנעכט האָט דיר באַפֿױלן; זאָלסט דערפֿון נישט אָפּקערן רעכטס אָדער לינקס, כּדי זאָלסט באַגליקן אומעטום װוּ דו װעסט גײן. 8דאָס דאָזיקע בוך פֿון דער תּורה זאָל זיך נישט אָפּטאָן פֿון דײַן מױל, און זאָלסט טראַכטן דערפֿון טאָג און נאַכט, כּדי זאָלסט היטן צו טאָן אַזױ װי אַלץ װאָס שטײט געשריבן דערין; װאָרעם דענצמאָל װעסטו מצליח זײַן אין דײַנע װעגן, און דענצמאָל װעסטו באַגליקן. 9פֿאַר װאָר, איך זאָג דיר אָן: זײַ שטאַרק און פֿעסט, זאָלסט נישט פֿאָרכטן און נישט אַנגסטן, װאָרעם ה׳ דײַן ג-ט איז מיט דיר אומעטום װוּ דו װעסט גײן.[5]
10האָט יְהוֹשועַ באַפֿױלן די אױפֿזעער פֿון פֿאָלק, אַזױ צו זאָגן: 11גײט דורך אין לאַגער, און באַפֿעלט דעם פֿאָלק, אַזױ צו זאָגן: גרײט אײַך אָן צערונג, װאָרעם אין דרײַ טעג אַרום גײט איר אַריבער דעם דאָזיקן יַרדן, צו קומען אַרבן דאָס לאַנד װאָס ה׳ אלוקיכם גיט אײַך, עס צו אַרבן.
12און צו די ראובֿנים, און צו די גָדים, און צום האַלבן שבֿט מנַשֶה, האָט יְהוֹשועַ געזאָגט, אַזױ צו זאָגן: 13געדענקט די זאַך װאָס משה דער קנעכט פֿון ה׳[6] האָט אײַך באַפֿױלן, אַזױ צו זאָגן: ה׳ אלוקיכם באַרוט אײַך, און װעט אײַך געבן דאָס דאָזיקע לאַנד. 14זאָלן אײַערע װײַבער, אײַערע קלײנע קינדער, און אײַער פֿיך, בלײַבן אין דעם לאַנד װאָס משה האָט אײַך געגעבן אױף דער זײַט יַרדן, און איר, אַלע העלדישע גיבוֹרים, זאָלט אַריבערגײן באַװאָפֿנטע פֿאַרױס פֿאַר אײַערע ברידער, און זײ העלפֿן. 15ביז װאַנען ה׳ װעט באַרוען אײַערע ברידער אַזױ װי אײַך, און אױך זײ װעלן אַרבן דאָס לאַנד װאָס ה׳ אלוקיכם גיט זײ. דענצמאָל װעט איר זיך אומקערן צו דעם לאַנד פֿון אײַער אַרבונג, און װעט עס אַרבן – װאָס משה דער קנעכט פֿון ה׳[7] האָט אײַך געגעבן אױף דער זײַט יַרדן, צו זונאױפֿגאַנג.
16האָבן זײ געענטפֿערט יְהוֹשועַן, אַזױ צו זאָגן: אַלץ װאָס דו האָסט אונדז באַפֿױלן, װעלן מיר טאָן, און אומעטום װוּ דו װעסט אונדז שיקן, װעלן מיר גײן. 17גענױ װי מיר האָבן צוגעהערט צו משהן, אַזױ װעלן מיר צוהערן צו דיר; זאָל נאָר ה׳ דײַן ג-ט זײַן מיט דיר, אַזױ װי ער איז געװען מיט משהן. 18איטלעכער מאַן װאָס װעט װידערשפּעניקן דײַן מױל, און װעט נישט צוהערן דײַנע װערטער, לױט אַלץ װאָס דו װעסט אים באַפֿעלן, זאָל געטײט װערן; נאָר זײַ שטאַרק און פֿעסט.
1און וואס שייך דער געלטזאמלונג פאר די קדושים (אין ירושלים), ווי איך האב באפוילן די קהלות פון גאלאטיען, פונקט אזוי זאלט איר אויך טאן. 2יעדן ערשטן טאג פון דער וואך, זאל יעדער איינער פון אייך אוועקלייגן (עפעס) פאר זיך און אפשפארן, אויף וויפל ער האט מצליח געווען, כדי ווען איך וועל קומען, זאלן דעמאלט נישט געמאכט ווערן קיין זאמלונגען. 3און ווען איך וועל אנקומען, וועל איך שיקן מיט בריוו די דאזיקע, וועלכע איר וועט האלטן פאר ראוי אוועקצוטראגן אייער נדבה קיין ירושלים; 4און אויב עס וועט זיין ווערט די מי, אז איך זאל אויך פארן, וועלן זיי פארן מיט מיר. 5און איך וועל קומען צו אייך, ווען איך וועל האבן דורכגעגאנגען מאצעדאניען; ווארום איך גיי איבער מאצעדאניען; 6ביי אייך אבער וועל איך אפשר איבערבלייבן, אדער אפילו איבערווינטערן, כדי איר זאלט מיך ארויסבאגלייטן, וואו איך זאל נאר רייזן. 7ווארום איך וויל אייך איצט נישט זען אויף דער דורכרייזע; ווייל איך פארהאף צו בלייבן ביי אייך א געוויסע צייט, אם ירצה ה׳. 8אין עפעזוס אבער וועל איך בלייבן ביז שבועות; 9ווארום א גרויסע טיר פון טעטיקייט איז מיר געעפנט געווארן, און עס זענען דא א סך קעגנער.
10ווען אבער טימאטעוס וועט קומען, זאלט איר זען, אז ער זאל זיין ביי אייך אָן מורא; ווייל ער טוט דעם הארס ווערק, ווי איך אליין; 11דעריבער זאל אים קיינער נישט מבזה זיין. נאר איר זאלט אים אוועקשיקן בשלום, כדי ער זאל קומען צו מיר; ווארום איך ווארט אויף אים מיט די ברידער. 12און וואס שייך דעם ברודער אפאלאס, האב איך אים זייער פיל געבעטן צו קומען צו אייך מיט די ברידער; און ער האט בכלל איצט נישט געוואלט קומען; נאר ער וועט קומען, ווען ער וועט האבן א געלעגנהייטלעכע צייט.
13וואכט, שטייט פעסט אין דער אמונה, זייט מענער, שטארקט זיך. 14זאלן אלע אייערע (מעשים) געטאן ווערן מיט ליבע.
15און איך בעט אייך, ברידער, איר קענט (דאך) סטעפאנאסנס הויז, אז עס איז געווען די ערשטע פרוכט פון אכאיא, און זיי האבן זיך געווידמעט צו דער עבודה לטובת די קדושים, 16אז איר אויך זאלט זיך אונטערטעניקן צו אזעלכע, און צו יעדן, וואס ארבעט מיט און באמיט זיך. 17און איך פריי מיך אויף דעם אנקומען פון סטעפאנאסן און פארטונאטוסן און אכאיקוסן, ווייל וואס עס פעלט מיר פון אייער צד, האבן זיי ממלא געווען. 18ווארום זיי האבן דערפרישט מיין גייסט און אייערן; דעריבער זאלט איר אפגעבן אנערקענונג צו אזעלכע.
19די קהלות פון (קליין) אזיען געבן אייך אפ שלום. אקווילא און פריסקא, צוזאמען מיט דער קהלה אין זייער הויז, געבן אייך אפ שלום זייער פיל אין דעם האר. 20אלע ברידער געבן אייך אפ שלום. גיט אפ שלום איינער דעם אנדערן מיט דעם הייליקן קוש. 21דער גרוס פון מיר, פוילוס, מיט מיין אייגענער האנט. 22אויב עמיצער האט נישט ליב דעם האר, זאל ער זיין אין חרם. מרן אתא.[1] 23זאל דער חסד פון דעם האר יהושע/ישוע זיין מיט אייך. 24מיין ליבע איז מיט אייך אלעמען אינם משיח יהושע/ישוע. אמן.