AFIIOrthodox Hasidic Yiddish Tanakh › Isaiah 49
◄ Isaiah 48
Isaiah 49
יְשַעְיָה 49
Isaiah 50 ►
1הערט מיר[1] צו, איר אינדזלען,[2]
און פֿאַרנעמט, איר פֿעלקער פֿון דער װײַט:
ה׳ האָט מיך[3] פֿון טראַכט גערופֿן,[4]
פֿון מײַן מוטערס לײַב האָט ער מײַן נאָמען דערמאָנט.
2און ער האָט געמאַכט מײַן מױל װי אַ שאַרפֿע שװערד,
אין שאָטן פֿון זײַן האַנט האָט ער מיך באַהאַלטן;
און ער האָט מיך געמאַכט {שׂים} פֿאַר אַ בלאַנקער פֿײַל,
אין זײַן פֿײַלבײַטל האָט ער מיך פֿאַרבאָרגן.
3און ער האָט צו מיר געזאָגט: מײַן קנעכט ביסטו, אָ יִשׂרָאֵל,[5]
װאָס איך רים זיך מיט דיר.
4און איך האָב געװעסט געזאָגט: אומנישט האָב איך מיך געמיט,
אױף נישט און ניװעץ האָב איך מײַן כּוֹח פֿאַרלענדט;
אָבער מײַן משפּט איז בײַ ה׳,
און מײַן לױן בײַ מײַן ג-ט.
5און אַצונד האָט ה׳ געזאָגט –
דער װאָס האָט מיך געפֿורעמט פֿון טראַכט
פֿאַר אַ קנעכט[6] צו אים –
אומצוקערן צו זיך יעקבֿ,
און יִשׂרָאֵל זאָל אײַנגעזאַמלט װערן צו אים;
און איך בין געערט אין די אױגן פֿון ה׳,
און מײַן ג-ט איז מײַן שטאַרקײט.
6און ער האָט געזאָגט:
קנאַפּ איז – װײַל דו ביסט מײַן קנעכט –
אױפֿצוריכטן די שטאַמען פֿון יעקבֿ,
און די צװײַגן פֿון יִשׂרָאֵל אומצוקערן;
נאָר איך װעל דיך מאַכן פֿאַר אַ ליכט פֿון די פֿעלקער.
אַז מײַן הילף זאָל זײַן ביז צום עק פֿון דער ערד.[7]
7אַזױ האָט ה׳ געזאָגט,
דער אױסלײזער {גֹּואֵל}[8] פֿון יִשׂרָאֵל, און זײַן הײליקער,
צו דעם װאָס איז פֿאַראַכטעט {בזה}[9] אין זײַן נפֿש,
צו דעם פֿאַרומװערדיקטן פֿון פֿעלקער,
צו דעם קנעכט פֿון געװעלטיקער:
מלכים װעלן זען און װעלן אױפֿשטײן,
שׂרָרות – און װעלן זיך בוקן,
פֿון װעגן ה׳ װאָס איז געטרײַ,
דעם הײליקן פֿון יִשׂרָאֵל װאָס האָט דיך אױסדערװײלט.
8אַזױ האָט ה׳ געזאָגט:
אין צײַט פֿון באַװיליקונג טו איך דיר ענטפֿערן,
און אין טאָג פֿון ישועה טו איך דיך העלפֿן;
און איך װעל דיך היטן,
און דיך מאַכן פֿאַר אַ ברית צו די אומות,
כּדי דו זאָלסט אױפֿריכטן דאָס לאַנד,
אַז דו זאָלסט זײ מאַכן ירשענען די װיסטע נַחלות;[10]
9צו זאָגן צו די געפֿאַנגענע: גײט אַרױס!
צו די װאָס אין פֿינצטערניש: אַנטפּלעקט אײַך!
בײַ די װעגן װעלן זײ זיך פֿיטערן,
און אױף אַלע הױכע ערטער װעט זײַן זײער פֿיטערונג.
10זײ װעלן נישט הונגערן און נישט דאָרשטן,
און נישט פּלאָגן װעט זײ היץ און זון,
װאָרעם זײער דערבאַרעמער װעט זײ באַלײטן,
און בײַ קװאַלן װאַסער װעט ער זײ פֿירן.
11און איך װעל מאַכן אַלע מײַנע בערג פֿאַר אַ װעג,
און מײַנע שטעגן װעלן דערהײכט װערן.
12זע, די װעלן קומען פֿון דער װײַטן,
און זע, יענע פֿון צפֿון און פֿון מערבֿ,
און די, פֿון לאַנד סינים.
13זינגט, איר הימלען, און פֿרײ זיך, דו ערד,
און ברעכט אױס, איר בערג, אין געזאַנג,
װאָרעם ה׳ האָט געטרײסט זײַן פֿאָלק,
און זײַנע אָרימע טוט ער דערבאַרעמען.
14און צִיוֹן האָט געזאָגט: פֿאַרלאָזן האָט מיך ה׳,
און אֲדֹנָי האָט פֿאַרגעסן אָן מיר.
15קען אַ פֿרױ פֿאַרגעסן איר ברוסטקינד,
נישט צו דערבאַרעמען דעם זון פֿון איר לײַב?
אַפֿילו די דאָזיקע זאָלן פֿאַרגעסן,
װעל איך אָן דיר נישט פֿאַרגעסן.
16זע, אױף די האַנטפֿלעכן האָב איך דיך אױסגעקריצט,
דײַנע מױערן זײַנען תּמיד פֿאַר מיר.
17אײַליק קומען דײַנע קינדער;
דײַנע צעשטערער און דײַנע פֿאַרװיסטער
װעלן אַרױס פֿון דיר.
18הײב אױף רונד אַרום דײַנע אױגן, און זע:
זײ אַלע זײַנען אײַנגעזאַמלט, און קומען צו דיר.
אַזױ װי איך לעב, זאָגט ה׳,
אַז זײ אַלע װעסטו װי אַ צירונג אָנטאָן,
און װעסט זײ אָנקניפּן אַזױ װי אַ כּלה;
19װאָרעם דײַנע חורבֿות און דײַנע װיסטענישן,
און דײַן לאַנד דאָס צעשטערטע –
פֿאַר װאָר, װעסט אַצונד ענג זײַן פֿון װױנער,
און דערװײַטערט װעלן זײַן דײַנע אומברענגער.
20זאָגן װעלן נאָך אין דײַנע אױערן
דײַנע אָנגעװאָרענע קינדער:
ענג איז מיר דער אָרט,
טרעט מיר אָפּ, איך זאָל קענען װױנען.
21און װעסט זאָגן אין דײַן האַרצן:
װער האָט מיר די דאָזיקע געבאָרן?
איך בין געװען אָן קינדער און עקרה,
פֿאַרטריבן און פֿאַרװאָגעלט;
און די דאָזיקע װער האָט אױפֿגעצױגן?
זע, איך בין דאָך געבליבן אַלײן,
די דאָזיקע װוּ זײַנען געװען?
22אַזױ האָט געזאָגט אֲדֹנָי ה׳:
זע, איך װעל אױפֿהײבן צו די פֿעלקער מײַן האַנט,
און צו די אומות װעל איך אױפֿשטעלן מײַן פֿאָן,
און זײ װעלן ברענגען דײַנע זין אין בוזעם,
און דײַנע טעכטער װעלן אױפֿן אַקסל געטראָגן װערן.
23און מלכים װעלן זײַן דײַנע דערציִער,
און זײער שׂרָרהטעס דײַנע נאַס ניאַניע;
מיטן פּנים צו דער ערד װעלן זײ זיך בוקן צו דיר,
און דעם שטױב פֿון דײַנע פֿיס װעלן זײ לעקן;[11]
און װעסט װיסן אַז איך בין ה׳,
װאָס נישט פֿאַרשעמט װערן די װאָס האָפֿן צו מיר.
24װערט אַװעקגענומען פֿון דעם גיבור דער רױב,
צי װערט דער פֿאַנג פֿון דעם זיגער אַנטרונען?
25פֿאַר װאָר, אַזױ זאָגט ה׳:
אַפֿילו דער פֿאַנג פֿון דעם גיבור זאָל אַװעקגענומען װערן,
און דער רױב פֿון דעם שטאַרקן זאָל אַנטרונען װערן,
אָבער מיט דײַנע קריגער װעל איך קריגן,
און דײַנע קינדער װעל איך העלפֿן.
26און איך װעל מאַכן עסן דײַנע דריקער זײער פֿלײש,
און װי טרױבנזאַפֿט װעלן זײ זײער בלוט שיכּורן;
און אַלע לײַבער װעלן װיסן אַז איך ה׳ בין דײַן העלפֿער,
און דײַן אױסלײזער גֹּואֵל איז דער מאַכטיקער פֿון יעקבֿ.
Notes & Cross-References
Brit Chadasha FootnoteActs 13 →

1און עס זענען געווען אין אנטיאכיען, אין דער דארטיקער קהילה, נביאים און מלמדים, בר‑נבא און שמעון, וואס האט געהייסן ניגער, און לוקיוס דער פון קירניה און מנחם, וועלכער איז דערצויגן געווארן צוזאמען מיט הורדוסן דעם טעטרארך, און שאול. 2און בשעת זיי האבן געדינט ה׳ און געפאסט, האט דער רוח הקודש געזאגט: שיידט מיר אפ בר‑נבאן און שאולן צו דער ארבעט, צו וועלכער איך האב זיי גערופן. 3דעמאלט, נאכן תענית און תפילה טאן, האבן זיי ארויפגעלייגט די הענט אויף זיי, און זיי אוועקגעשיקט.

4און ווערנדיק ארויסגעשיקט דורך דעם רוח הקודש, זענען זיי אראפגעגאנגען קיין סעלעאוציען, און פון דארטן האבן זיי זיך אוועקגעשיפט קיין קפריסין. 5און ווען זיי זענען אנגעקומען קיין סאלאמיס, האבן זיי אנגעזאגט ה׳ס ווארט אין די יידישע שולן; און האבן אויך געהאט יוחנן אלס משרת. 6און ווען זיי זענען דורכגעגאנגען די גאנצע אינדזל ביז פאפוס, האבן זיי געפונען א געוויסן מאן, א כישוף מאכער, א ייד, א פאלשער נביא, מיטן נאמען בר‑ישוע, 7וועלכער איז געווען ביי דעם פראקאנסול סערגיוס פוילוס, אן אינטעליגענט מאן. דער דאזיקער האט גערופן צו זיך בר‑נבאן און שאולן און פארלאנגט צו הערן ה׳ס ווארט. 8נאר עלימאס, דער כישוף מאכער (ווארום דאס איז די אראביש גריכישע באטייטונג פון זיין נאמען), האט זיך זיי אקייגנגעשטעלט, זוכנדיק אוועקצוקערן דעם פראקאנסול פון דער אמונה. 9שאול אבער, וועלכער הייסט אויך פוילוס, אנגעפילט מיט דעם רוח הקודש, האט שארף געקוקט אויף אים, 10און געזאגט: דו, וועלכער ביסט פול מיט יעדער כיטרעקייט און נידערטרעכטיקייט, דו זון פון דעם טייוול, שונא פון יעדער גערעכטיקייט, צי וועסטו נישט אויפהערן צו פארקרימען די רעכטע וועגן פון דעם האר (ה׳)? 11און איצט אָט זע, די האנט פון דעם האר איז אויף דיר, און דו וועסט זיין בלינד, וועסט נישט זען די זון ביז אויף א צייט. און אין אן אויגנבליק איז אויף אים געפאלן א טונקלקייט און א פינצטערניש, און ער איז ארומגעגאנגען און האט געזוכט (אזעלכע, וואס) זאלן אים פירן ביי דער האנט. 12און דעמאלט, ווי דער פראקאנסול האט געזען וואס איז פארגעקומען, האט ער געגלויבט, שטוינענדיק איבער דער לערנונג פון דעם האר.

13און פוילוס און זיינע באגלייטער האבן זיך אוועקגעשיפט פון פאפוס און זענען געקומען קיין פערגא אין פאמפיליען, און יוחנן האט זיך אפגעטיילט פון זיי און אומגעקערט קיין ירושלים. 14זיי אבער זענען ווייטער געגאנגען פון פערגא, און זענען געקומען קיין אנטיאכיען אין (לאנד) פיסידיען; און שבת זענען זיי אריינגעגאנגען אין דער שול און האבן זיך אנידערגעזעצט. 15און נאכן לייענען די תורה און די נביאים, האבן די גבאים פון דער שול געשיקט צו זיי, אזוי צו זאגן: ברידער, אויב איר האט עפעס א ווארט פון מוסר פאר דעם עולם, זאגטס. 16און פוילוס האט זיך אויפגעשטעלט און געמאכט א צייכן מיט דער האנט, און געזאגט: אנשי ישראל, און איר, וואס האבן מורא פאר ה׳, הערט! 17דער ג‑ט פון דעם דאזיקן פאלק ישראל האט אויסדערוויילט אונדזערע אבות און דאס פאלק דערהייבט בשעת זיי האבן זיך אויפגעהאלטן אינם לאנד מצרים, און מיט א הויכן ארעם זיי ארויסגעפירט פון דארטן. 18און כמעט פערציק יאר לאנג האט ער זיי געטראגן אין דער מדבר. 19און פארטיליקנדיק זיבן פעלקער אינם לאנד כנען, האט ער זיי געמאכט ירשענען דאס לאנד זייערס, אן ערך פיר הונדערט און פיפציק יאר לאנג. 20און דערנאך זיי געגעבן שופטים ביז שמואל הנביא. 21און פון דעמאלט אָן האבן זיי פארלאנגט א מלך, און ה׳ האט זיי געגעבן שאולן, דעם זון פון קיש, א מאן פון דעם שבט בנימין, במשך פון פערציק יאר. 22און ווען ער האט אים אראפגעזעצט, האט ער זיי אויפגעשטעלט דודן פאר א מלך, וועגן וועמען ער האט עדות געזאגט: איך האב געפונען דודן, דעם בן ישי, א מאן נאך מיין הארץ, וועלכער וועט טאן יעדן רצון מיינעם. 23פון דעם דאזיקנס זאמען, לויט א הבטחה, האט ה׳ געברענגט צו ישראל א גואל—יהושע/ישוע (ישעיהו יא, א; זכריה ו, יא-יב; עזרא ג, ב.), 24וואס פאר זיין קומען האט יוחנן אויסגערופן א מקווה פון תשובה צום גאנצן פאלק ישראל. 25און ווען יוחנן האט געהאלטן ביים ענדיקן זיין לויף, האט ער געזאגט: וואס איר מיינט איך בין, דאס בין איך נישט; נאר זע, עס קומט נאך מיר דער, וועמען איך בין נישט ווערט אויפצובינדן די שיך פון זיינע פיס. 26ברידער, קינדער פון אברהמס שטאם און די, צווישן אייך, וואס האבן מורא פאר ה׳, צו אונדז איז דאס ווארט פון דער דאזיקער ישועה געשיקט געווארן. 27ווארום די איינוואוינער פון ירושלים און זייערע שרים, פארמשפטנדיק אים, וועמען זיי האבן נישט דערקענט, האבן דערפילט די רייד פון די נביאים, וואס ווערן געלייענט יעדן שבת. 28און הגם זיי האבן נישט געפונען קיין טויטשולד אין אים, האבן זיי דאך פארלאנגט פון פילאטוסן, אז ער זאל אומגעברענגט ווערן. 29און ווען זיי האבן אויסגעפירט אלץ, וואס שטייט געשריבן וועגן אים, האבן זיי אים אראפגענומען פון דעם בוים און אים אריינגעלייגט אין א קבר. 30ה׳ אבער האט אים אויפגעוועקט פון די טויטע; 31און ער האט זיך באוויזן במשך פון א סך טעג צו די, וואס זענען ארויפגעגאנגען צוזאמען מיט אים פון גליל קיין ירושלים, און זיי זענען איצט זיינע עדות צום פאלק. 32און מיר זאגן אייך אָן די גוטע בשורה, אז די הבטחה, וואס איז געגעבן געווארן צו די אבות, 33די דאזיקע (הבטחה) האט ה׳ מקיים געווען צו אונדז, זייערע קינדער, דערמיט וואס ער האט אויפגעוועקט יהושען/ישוען, ווי עס שטייט אויך געשריבן אין דעם צווייטן (קאפיטל) תהלים: דו ביסט מיין זון, איך האב דיך היינט געבוירן. 34און אז ער האט אים אויפגעוועקט פון די טויטע, כדי ער זאל זיך מער נישט אומקערן צו פארדארבונג, האט ער אזוי געזאגט:

איך וועל אייך געבן די הייליקע און באגלויבטע חסדים פון דוד.
(ישעיהו נה, ג.)

35דערפאר זאגט ער אויך אויף אן אנדער שטעלע:

דו וועסט נישט געבן דיין חסיד צו זען פארדארבונג.
(תהלים טז, י.)

36ווארום דוד, נאך דעם ווי ער האט געדינט זיין דור לויט ה׳ס עצה, איז איינגעשלאפן, און איז געלייגט געווארן צו זיינע אבות און האט געזען פארדארבונג; 37ער אבער, וועמען ה׳ האט אויפגעוועקט, האט נישט געזען קיין פארדארבונג. 38דעריבער זאלט איר וויסן זיין, ברידער, אז דורך דעם דאזיקן ווערט אייך אנגעזאגט די פארגעבונג פון זינד; 39און יעדער, וואס גלויבט אין אים, ווערט גערעכטפערטיקט פון אלעם, פון וואס איר האט נישט געקענט גערעכטפערטיקט ווערן דורך תורת משה. 40גיט זשע אכטונג, אז עס זאל נישט קומען אויף אייך דאס, וואס איז געזאגט געווארן און די נביאים:

41זעט, איר פאראכטער, און וואונדערט זיך און פארגייט,
ווייל איך טו א ווערק אין אייערע טעג,
א ווערק, וואס איר וועט נישט גלויבן,
ווען עמיצער וועט עס אייך דערציילן.
(חבקוק א, ה.)

42און בשעת זיי זענען ארויסגעגאנגען (פון שול), האט מען זיי געבעטן, אז דעם קומענדיקן שבת זאלן די זעלביקע רייד גערעדט ווערן צו זיי. 43און ווען קהל איז זיך צעגאנגען, האבן א סך פון די יידן און פון די פרומע גרים נאכגעפאלגט פוילוסן און בר‑נבאן, וועלכע האבן גערעדט צו זיי און זיי מזהיר געווען צו פארבלייבן אין דעם חסד פון ה׳. 44און דעם פאלגענדיקן שבת איז כמעט די גאנצע שטאט זיך צוזאמענגעקומען, צו הערן ה׳ס ווארט. 45און ווי די (אומגלויביקע) יידן האבן געזען די מאסן מענטשן, זענען זיי פול געווארן מיט קנאה און האבן אקייגנגערעדט דעם, וואס פוילוס האט געזאגט, און האבן געלעסטערט. 46און רעדנדיק אפן מיט דרייסטקייט, האבן פוילוס און בר‑נבא געזאגט: עס איז געווען נויטיק, אז צו אייך זאל קודם כל גערעדט ווערן ה׳ס ווארט; נאר ווייל איר פארשטויסט עס און האלט זיך נישט פאר ראוי אויף דעם אייביקן לעבן, זע, ווענדן מיר זיך צו די אומות (העולם). 47ווארום אזוי האט אונדז דער האר באפוילן:

איך האב דיך געזעצט פאר א ליכט צו די פעלקער,
אז דו זאלסט זיין א ישועה ביז צום סוף פון דער ערד.
(ישעיהו מט, ו.)

48און ווי די אומות (העולם) האבן דאס געהערט, האבן זיי זיך געפריידט און ערלעך געהאלטן דאס ווארט פון דעם האר; און וויפל עס זענען געווען באשטימט צום אייביקן לעבן אזויפיל האבן געגלויבט. 49און דאס ווארט פון דעם האר האט זיך פאנאנדערגעטראגן איבערן גאנצן לאנד. 50די יידן אבער האבן אונטערגעהעצט די פרומע און אנגעזענע פרויען און די פארנעמע לייט פון דער שטאט, און האבן אויפגעוועקט א רדיפה אויף פוילוסן און בר‑נבאן, און זיי ארויסגעטריבן פון זייערע גרענעצן. 51און זיי האבן אפגעשאקלט דעם שטויב פון זייערע פיס קעגן זיי, און זענען אוועק קיין איקאניען. 52און די תלמידים זענען געווארן פול מיט פרייד און מיט דעם רוח הקודש.

OpenBible.info Cross-References (ranked by vote)
◄ Isaiah 48Isaiah 50 ►