AFIIOrthodox Hasidic Yiddish Tanakh › Isaiah 62
◄ Isaiah 61
Isaiah 62
יְשַעְיָה 62
Isaiah 63 ►
1פֿון װעגן צִיוֹן װעל איך נישט שװײַגן,
און פֿון װעגן ירושָלַיִם װעל איך נישט רוען,
ביז אַרױס װי דער שײַן װעט איר גערעכטיקײט,
און איר הילף װי אַ פֿלאַם װאָס ברענט.
2און די פֿעלקער װעלן זען דײַן גערעכטיקײט,
און אַלע מלכים דײַן כּבֿוד;
און מע װעט דיך רופֿן אַ נײַעם נאָמען,
װאָס דאָס מױל פֿון ה׳ װעט אים אָנרופֿן.
3און װעסט זײַן אַ קרױן פֿון שײנקײט
אין דער האַנט פֿון ה׳,
און אַ מַלכותדיקע הױב
אין דער האַנטפֿלעך פֿון דײַן ג-ט.
4אױף דיר װעט מער נישט געזאָגט װערן פֿאַרלאָזטע,
און אױף דײַן לאַנד װעט מער נישט געזאָגט װערן װיסטעניש,
נאָר דיך װעט מען רופֿן מײַן-גלוסט-צו-איר,
און דאָס לאַנד דײַנס באַמאַנטע;
װאָרעם ה׳ טוט דיך גלוסטן,
און דײַן לאַנד װעט באַמאַנט װערן.
5װאָרעם װי אַ בחור באַמאַנט אַ יונגפֿרױ,
װעלן דיך באַמאַנען דײַנע קינדער;
און װי די פֿרײד פֿון אַ חתן מיט דער כּלה,
װעט זיך פֿרײען מיט דיר דײַן ג-ט.
6אױף דײַנע מױערן, ירושָלַיִם, האָב איך אױפֿגעשטעלט שָומרים,
אַ גאַנצן טאָג און אַ גאַנצע נאַכט, זײ זאָלן תּמיד נישט שװײַגן.
איר דערמאָנער פֿון ה׳, קײן רו נישט צו אײַך!
7און איר זאָלט נישט געבן קײן רו צו אים,
ביז ער װעט אױפֿריכטן, און ביז ער װעט מאַכן ירושָלַיִם
אַ לױב אױף דער ערד.
8ה׳ האָט געשװאָרן בײַ זײַן רעכטער האַנט,
און בײַ זײַן מאַכטיקן אָרעם:[1]
אױב איך װעל מער געבן דײַן תּבֿואה
פֿאַר שפּײַז צו דײַנע פֿײַנט!
און אױב פֿרעמדגעבאָרענע װעלן טרינקען דײַן װײַן
װאָס דו האָסט זיך געמיט אױף אים!
9נײַערט אירע אַרײַננעמער װעלן זי עסן,
און װעלן לױבן ה׳;
און זײַנע אײַנזאַמלער װעלן אים טרינקען
אין די הױפֿן פֿון מײַן הײליקטום.
10גײט דורך, גײט דורך דורך די טױערן,
ראַמט אָפּ דעם װעג פֿון דעם פֿאָלק!
טרעט אױס, טרעט אױס דעם שטעג,
רײניקט אָפּ פֿון שטײנער!
הײבט אױף אַ פֿאָן צו די פֿעלקער!
11זע, ה׳ האָט געמאַכט הערן
ביז צום עק פֿון דער ערד:
זאָגט צו טאָכטער צִיוֹן: זע, דײַן הילף איז געקומען;
זע, זײַן לױן איז מיט אים,
און זײַן פֿאַרגעלטונג אים פֿאַרױס.
12און מע װעט זײ רופֿן דאָס הײליקע פֿאָלק,
די אױסדערלײזטע [פֿון אױסלײזער משיח] פֿון ה׳;
און דיך װעט מען רופֿן געזוכטע,
נישט פֿאַרלאָזענע שטאָט.
Notes & Cross-References
OpenBible.info Cross-References (ranked by vote)
◄ Isaiah 61Isaiah 63 ►