AFIIOrthodox Hasidic Yiddish Tanakh › Isaiah 11
◄ Isaiah 10
Isaiah 11
יְשַעְיָה 11
Isaiah 12 ►
1און אַ רוט װעט אַרױס פֿון דעם בױם שטאַם פֿון יִשַי,[1]
און אַ צװײַג (נצר[2]) פֿון זײַנע װאָרצלען[3] װעט שפּראָצן.[4]
2און רוען װעט אױף אים דער גײַסט[5] פֿון ה׳ {רוּחַ הַקֹּדֶשׁ},
דער גײַסט פֿון חכמה און פֿאַרשטאַנדיקײט,
דער גײַסט פֿון עצה און גבֿורה,
דער גײַסט פֿון דערקענונג און גאָצפֿאָרכטיקײט.
3און זײַן קװיקונג װעט זײַן אין פֿאָרכט פֿון ה׳;
און נישט נאָך דער אױסזען {מַרְאֶה}[6] פֿון זײַנע אױגן װעט ער משפּטן,
און נישט נאָך דער הערונג פֿון זײַנע אױערן װעט ער אַנטשײדן;
4נאָר ער װעט משפּטן מיט גערעכטיקײט די אָרימע,
און אַנטשײדן מיט יושר פֿאַר די געדריקטע פֿון לאַנד;
און ער װעט שלאָגן דאָס לאַנד מיט דער רוט פֿון זײַן מױל,
און מיטן אָטעם פֿון זײַנע ליפּן װעט ער טײטן דעם רשע.[7]
5און גערעכטיקײט װעט זײַן דער אָנגורט פֿון זײַנע לענדן,
און טרײַשאַפֿט דער גאַרטל פֿון זײַנע דיכן.
6און אַ װאָלף װעט הױזן מיט אַ שעפּס,
און אַ לעמפּערט מיט אַ ציקעלע װעט הױערן,
און אַ קאַלב און אַ יונגלײב און אַ פֿעט רינד בײַנאַנד;
און אַ קלײן ייִנגל װעט זײ פֿירן.
7און אַ קו מיט אַ בער װעלן זיך פֿיטערן,
בײַנאַנד װעלן הױערן זײערע יונגע;
און אַ לײב װעט װי אַ רינד עסן שטרױ.
8און אַ זױגעדיקער װעט זיך שפּילן
אױפֿן לאָך פֿון אַ שלאַנג,
און אױף דער נאָרע פֿון אַ נאָטער
װעט אַן אַנטװױנטער זײַן האַנט לײגן.
9זײ װעלן נישט בײז טאָן און נישט פֿאַרדאַרבן
אױף מײַן גאַנצן הײליקן באַרג;
װאָרעם די ערד װעט זײַן פֿול מיט דערקענונג פֿון ה׳,
װי די װאַסערן באַדעקן דעם ים.

10און עס װעט זײַן אין יענעם טאָג: דער װאָרצל פֿון יִשַי, װאָס שטײט פֿאַר אַ פֿאָן פֿון די פֿעלקער[8] – צו אים װעלן די אומות זיך װענדן, און זײַן רוּונג װעט זײַן אַ פּראַכטיקײט.

11און עס װעט זײַן אין יענעם טאָג, װעט אֲדֹנָי װידער אױסשטרעקן זײַן האַנט, אַ צװײט מאָל, אױסצוקױפֿן דעם איבערבלײַב פֿון זײַן פֿאָלק, װאָס װעט בלײַבן פֿון אשור, און פֿון מִצרַיִם, און פֿון פַּתרוֹס, און פֿון כּוּש, און פֿון עֵילָם, און פֿון שִנעָר, און פֿון חַמָת, און פֿון די אינדזלען פֿון ים.

12און ער װעט אױפֿהײבן אַ פֿאָן צו די פֿעלקער,
און װעט אײַנזאַמלען די פֿאַרשטױסענע פֿון יִשׂרָאֵל,
און די צעשפּרײטע פֿון יהוּדה װעט ער אױפֿקלײַבן
פֿון די פֿיר עקן פֿון דער ערד.
13און אָפּגעטאָן װעט װערן די קנאה פֿון אפֿרים,
און די פֿײַנט פֿון יהוּדה װעלן פֿאַרשניטן {כרת}[9] װערן;
אפֿרים װעט נישט מקנא זײַן יהוּדה,
און יהוּדה װעט נישט פֿײַנטן אפֿרים.
14און זײ װעלן אָנפֿליִען בײַנאַנד אױף די פּלִשתּים צו מערבֿ,
אין אײנעם װעלן זײ רױבן די קינדער פֿון מזרח,
אױף אֶדוֹם און מוֹאָבֿ װעלן זײ שטרעקן זײער האַנט,
און די קינדער פֿון עַמוֹן װעלן געהאָרכן צו זײ.
15און ה׳ װעט פֿאַרװיסטן די צונג פֿון דעם ים פֿון מִצרַיִם;
און ער װעט פֿאָכן זײַן האַנט אױפֿן טײַך מיט זײַן הײסן װינט,
און װעט אים צעשלאָגן אױף זיבן בעכן,
און מאַכן מיט שיך אַריבערצושפּרײַזן.
16און אַ װעג װעט זײַן פֿאַר דעם איבערבלײַב פֿון זײַן פֿאָלק,
װאָס װעט בלײַבן פֿון אשור,
אַזױ װי עס איז געװען פֿאַר יִשׂרָאֵל
אין טאָג פֿון זײַן אַרױפֿגײן פֿון לאַנד מִצרַיִם.
Notes & Cross-References
Brit Chadasha FootnoteRevelation 5 →

1און איך האב געזען אויף דער רעכטער זייט פון אים וועלכער זיצט אויף דעם כסא הכבוד א ספר, געשריבן פון אינעווייניק און פון הינטן, פארזיגלט מיט זיבן חתימות. 2און האב געזען א שטארקן מלאך אויסרופן מיט א הויך קול: ווער איז ווערט אויפצומאכן דאס ספר און צו צעברעכן זיינע חתימות? 3און קיינער האט נישט געקענט אין הימל, נישט אויף דער ערד, נישט אונטער דער ערד, אויפעפענען דאס ספר, נישט קוקן דערויף. 4און איך האב א סך געוויינט, ווייל קיינער איז נישט געפונען געווארן ראוי אויפצומאכן דאס ספר, נישט צו קוקן דערויף; 5און איינער פון די זקנים האט צו מיר געזאגט: וויין נישט; זע, דער לייב פון דעם שבט יהודה (בראשית מט, ט-י.), דער שורש דוד (ישעיהו יא, א, י.), האט מנצח געווען, אויפצועפענען דאס ספר און זיינע זיבן חתימות. 6און האב געזען אינמיטן פון דעם כסא הכבוד און די פיר חיות, און אינמיטן פון די זקנים, א לעמעלע שטיין, ווי געשחטן, האבנדיק זיבן הערנער און זיבן אויגן, וועלכע זענען די זיבן גייסטער פון ג‑ט, געשיקט איבער דער גאנצער ערד. 7און עס איז געקומען, און האט גענומען דאס ספר אויס דער רעכטער האנט פון דעם, וועלכער זיצט אויף דעם כסא הכבוד. 8און ווען עס האט גענומען דאס ספר, זענען די פיר חיות און די פיראונצוואנציק זקנים אנידערגעפאלן פאר דעם לעמעלע, האבנדיק יעדער איינער א הארפע, און גאלדענע בעקנס אנגעפילט מיט קטורת, וואס זענען די תפילות פון די קדושים. 9און זיי האבן געזונגען א ניי ניגון, אזוי צו זאגן: ראוי ביסטו צו נעמען דאס ספר און צו עפענען זיינע חתימות; ווייל דו ביסט געשחטן געווארן, און האסט אויסגעקויפט פאר ה׳ מיט דיין אייגן בלוט די (מענטשן) פון יעדן שבט און לשון און פאלק און אומה, 10און זיי געמאכט פאר א קעניגרייך צו אונדזער ג‑ט און פאר כהנים; און זיי וועלן קעניגן אויף דער ערד. 11און האב געזען, און געהערט א קול פון א סך מלאכים, ארום און ארום פון דעם כסא הכבוד און פון די חיות און די זקנים; און זייער צאל איז געווען צען טויזנט מאל צען טויזנט און טויזנטער מאל טויזנט (דניאל ז, י.); 12און זיי האבן געזאגט מיט א הויך קול; ראוי איז דאס לעמעלע, דאס געשאכטענע, צו נעמען די מאכט און עשירות און חכמה און שטארקייט און ערע און כבוד און לויב! 13און יעדעס באשעפעניש, וואס איז אין הימל, און אויף דער ערד, און אונטער דער ערד, און אויפן ים, און וואס איז אין זיי, אלע האב איך געהערט זאגן: צו אים, וועלכער זיצט אויף דעם כסא הכבוד, און צו דעם לעמעלע, זאל זיין די לויב און די ערע און דער כבוד און די הערשאפט לעלמי עולמים! (דניאל ז, יג-יד.) 14און די פיר חיות האבן געזאגט: אמן! און די זקנים זענען אנידערגעפאלן און האבן זיך געבוקט.

OpenBible.info Cross-References (ranked by vote)
◄ Isaiah 10Isaiah 12 ►