AFIIOrthodox Hasidic Yiddish Tanakh › Isaiah 12
◄ Isaiah 11
Isaiah 12
יְשַעְיָה 12
Isaiah 13 ►
1און װעסט זאָגן אין יענעם טאָג:
איך דאַנק דיר, ה׳,
הגם דו האָסט געצערנט אױף מיר;
אָפּגעגאַנגען איז דײַן כּעס,
און דו האָסט מיך געטרײסט.
2זע, אֵל איז מײַן ישועה;[1]
איך בין זיכער און אַנגסט נישט,
װאָרעם מײַן שטאַרקײט און געזאַנג איז ג-ט ה׳,
און ער איז מיר געװען אַ ישועה.

3און איר װעט שעפּן װאַסער מיט שׂימחה, פֿון די קװאַלן פֿון ישועה. 4און אין יענעם טאָג װעט איר זאָגן:

דאַנקט צו ה׳, רופֿט אױס זײַן נאָמען,
לאָזט װיסן צװישן די פֿעלקער זײַנע טוּונגען,
דערצײלט אַז דערהױבן איז זײַן נאָמען.
5זינגט צו ה׳ װאָרעם ער האָט אױפֿגעטאָן גרױס,
באַװוּסט זאָל דאָס זײַן אױף דער גאַנצער ערד.
6שרײַ אױס און זינג, באַװױנערין פֿון צִיוֹן,
װאָרעם גרױס צװישן דיר איז דער הײליקער פֿון יִשׂרָאֵל.
Notes & Cross-References
OpenBible.info Cross-References (ranked by vote)
◄ Isaiah 11Isaiah 13 ►