1װײ, די קױטיקע און אומװערדיקע,
די דריקערישע שטאָט!
2זי האָט נישט צוגעהערט דעם קֹול,
זי האָט נישט גענומען קײן מוסר,
[1]
זי האָט זיך נישט פֿאַרזיכערט אױף ה׳,
זי האָט זיך נישט דערנענטערט צו איר ג-ט.
3אירע האַרן אין איר זײַנען לײבן ברומיקע,
אירע ריכטער זײַנען אָװנטװעלף,
זײ לאָזן נישט אַ בײן ביז פֿרימאָרגן.
4אירע נבֿיאים זײַנען לױזגעלאָזט, מענטשן אומגעטרײַע;
אירע כּהנים פֿאַרשװעכן די הײליקײט,
פֿאַרברעכן אַקעגן דער תּורה.
5ה׳ דער גערעכטער איז אין איר מיט,
ער טוט נישט קײן אומרעכט;
פֿרימאָרגן אין פֿרימאָרגן לאָזט ער אַרױס
זײַן גערעכטיקײט אין ליכט, נישט פֿאַרפֿעלט;
אָבער דער פֿאַרברעכער װײס נישט פֿון קײן בושה.
6איך האָב פֿאַרשניטן פֿעלקער,
פֿאַרװיסט געװאָרן זײַנען זײערע װינקלען;
איך האָב חרובֿ געמאַכט זײערע גאַסן,
אַז קײנער גײט נישט דורך;
צעשטערט זײַנען זײערע שטעט,
אָן אַ מענטשן, אָן אַ באַװױנער.
7האָב איך געטראַכט: װעסט געװיס מורא האָבן פֿאַר מיר,
כּדי איר װױנונג זאָל נישט פֿאַרשניטן װערן,
לױט אַלץ װאָס איך האָב באַפֿױלן װעגן איר;
אָבער זײ האָבן זיך געפֿעדערט
פֿאַרדאָרבן צו זײַן אין אַלע זײערע מעשׂים.
8דערום ריכט זיך אױף מיר, זאָגט ה׳,
אױף דעם טאָג װאָס איך שטײ אױף צום רױב,
װאָרעם מײַן משפּט איז אײַנצוזאַמלען די פֿעלקער
איך זאָל אױפֿקלײַבן די קיניגרײַכן,
אױסצוגיסן אױף זײ מײַן כּעס,
מײַן גאַנצן גרימצאָרן;
װאָרעם אין דעם פֿײַער פֿון מײַן קִנְאָה
װעט פֿאַרצערט װערן די גאַנצע ערד.
9װאָרעם דענצמאָל װעל איך איבערמאַכן די פֿעלקער
אַ ליפּ אַ רײנע, אַז זײ זאָלן אַלע רופֿן צום נאָמען ה׳,
אים צו דינען אַזױ װי אײן מאַן.
[3]
10פֿון יענער זײַט טײַכן פֿון כּוּש
װעלן זײ ברענגען מײַנע בעטער,
די טאָכטער פֿון מײַנע צעשפּרײַטע, אַ מתּנה {מִנְחָה} צו מיר.
11אין יענעם טאָג װעסטו זיך מער נישט שעמען
װעגן אַלע דײַנע מעשׂים, װאָס דו האָסט פֿאַרבראָכן קעגן מיר,
װאָרעם דענצמאָל װעל איך אָפּטאָן
פֿון צװישן דיר דײַנע שטאָלצלוסטיקע,
און װעסט זיך מער װידער נישט גרײסן,
אױף מײַן הײליקן באַרג.
12און איך װעל איבערלאָזן אין דיר
דאָס געדריקטע און אָרימע פֿאָלק,
און זײ װעלן זיך באַשיצן אין דעם נאָמען ה׳.
13דער איבערבלײַב פֿון יִשׂרָאֵל װעט נישט טאָן קײן אומרעכט,
און נישט רעדן קײן ליגן,
און אין זײער מױל װעט זיך נישט געפֿינען
אַ צונג פֿון באַטרוג;
יאָ, זײ װעלן זיך פֿיטערן און הױערן,
און קײנער װעט נישט שרעקן.
14זינג, טאָכטער צִיוֹן,
טוט שאַלן, יִשׂרָאֵל;
פֿרײ זיך און זײַ לוסטיק פֿון גאַנצן האַרצן,
טאָכטער ירושָלַיִם.
15ה׳ טוט אָפּ דײַנע משפּטים,
ער ראַמט אָפּ דײַנע פֿײַנט;
דער קיניג פֿון יִשׂרָאֵל, ה׳, איז צװישן דיר,
זאָלסט מער נישט מורא האָבן פֿאַר בײז.
16אין יענעם טאָג װעט געזאָגט װערן צו ירושָלַיִם:
זאָלסט נישט מורא האָבן;
צִיוֹן, נישט שלאַף װערן זאָלן דײַנע הענט.
17ה׳ דײַן ג-ט איז צװישן דיר,
אַ גיבור װאָס העלפֿט;
ער װעט זיך פֿרײען מיט שׂימחה אױף דיר,
ער װעט פֿאַרשװײַגן אין זײַן ליבשאַפֿט,
ער װעט זיך פֿרײען אױף דיר מיט געזאַנג.
18איך זאַמל אײַן די דערװײַטערטע פֿון אַ יוֹם-טובֿ –
די װאָס זײַנען אַװעק פֿון דיר,
װאָס דו האָסט געטראָגן װעגן דעם שאַנד.
19זע, איך רעכן זיך מיט אַלע דײַנע פּײַניקער, אין יענער צײַט,
און איך װעל העלפֿן די װאָס איז הינקעדיק,
און די פֿאַרשטױסענע װעל איך אײַנזאַמלען;
און איך װעל זײ מאַכן פֿאַר אַ לױב און פֿאַר אַ שם,
די װאָס איבער דער גאַנצער ערד איז געװען זײער שאַנד.
20אין יענער צײַט װעל איך אײַך ברענגען,
און אין יענער צײַט טו איך אײַך אײַנזאַמלען;
װאָרעם איך װעל אײַך מאַכן פֿאַר אַ שם און פֿאַר אַ לױב
צװישן אַלע פֿעלקער פֿון דער ערד,
װען איך קער אום אײַער געפֿאַנגענשאַפֿט
פֿאַר אײַערע אױגן, זאָגט ה׳.