AFIIOrthodox Hasidic Yiddish Tanakh › Jeremiah 29
◄ Jeremiah 28
Jeremiah 29
יִרְמְיָה 29
Jeremiah 30 ►

1און דאָס זײַנען די װערטער פֿון דעם בריװ װאָס יִרמיָה הנבֿיא האָט געשיקט פֿון ירושָלַיִם צו דעם איבערבלײַב פֿון די עלטסטע פֿון די פֿאַרטריבענע, און צו די כּהנים, און צו די נבֿיאים, און צו דעם גאַנצן פֿאָלק, װאָס נבֿוכַדנֶצַר האָט פֿאַרטריבן פֿון ירושָלַיִם קײן בָבֿל; 2נאָכדעם װי יכָניָה דער מלך, און די מוטער-מלכּה, און די הױפֿדינער, די האַרן פֿון יהוּדה און ירושָלַיִם, און די מײַנסטערס און די שלעסערס, זײַנען אַרױסגעגאַנגען פֿון ירושָלַיִם; 3דורך דער האַנט פֿון אֶלעָשָׂה דעם זון פֿון שָפָֿנען, און גמַריָה דעם זון פֿון חִלקִיָהן, װאָס צִדקִיָה דער מלך פֿון יהוּדה האָט געשיקט צו נבֿוכַדנֶצַר דעם מלך פֿון בָבֿל קײן בָבֿל – אַזױ צו זאָגן: 4אַזױ האָט געזאָגט ה׳ צבָֿאוֹת, אלוקי יִשׂרָאֵל, צו אַלע פֿאַרטריבענע װאָס איך האָב פֿאַרטריבן פֿון ירושָלַיִם קײן בָבֿל: 5בױט הײַזער און באַװױנט, און פֿלאַנצט גערטנער און עסט זײער פֿרוכט; 6נעמט װײַבער, און געבערט זין און טעכטער, און נעמט װײַבער פֿאַר אײַערע זין, און גיט אױס אײַערע טעכטער צו מאַנען, און זאָלן זײ געבערן זין און טעכטער, און מערט אײַך דאָרטן, און מינערט אײַך נישט. 7און זוכט דעם פֿריד פֿון דער שטאָט װאָס איך האָב אײַך פֿאַרטריבן אַהין, און זײַט מתפּלל פֿאַר איר צו ה׳, װאָרעם אין איר פֿריד װעט זײַן פֿריד צו אײַך. 8װאָרעם אַזױ האָט געזאָגט ה׳ צבָֿאוֹת, אלוקי יִשׂרָאֵל: זאָל אײַערע נבֿיאים װאָס צװישן אײַך, און אײַערע װאָרזאָגערס אײַך נישט נאַרן, און איר זאָלט נישט צוהערן צו אײַערע חלומות װאָס איר לאָזט חלומען. 9װאָרעם מיט ליגן זאָגן זײ אײַך נבֿיאות אין מײַן נאָמען; איך האָב זײ נישט געשיקט, זאָגט ה׳.

10װאָרעם אַזױ האָט ה׳ געזאָגט: װען עס װעט דערפֿילט װערן זיבעציק יאָר פֿון אױף בָבֿל, װעל איך זיך דערמאָנען אָן אײַך, און װעל מקײם זײַן מײַן גוטן צוזאָג, אײַך אומצוקערן צו דעם דאָזיקן אָרט. 11װאָרעם איך װײס די טראַכטונגען װאָס איך טראַכט װעגן אײַך, זאָגט ה׳, טראַכטונגען פֿון פֿריד, און נישט צום בײזן, כּדי אײַך צו געבן אַ צוקונפֿט און אַ האָפֿענונג. 12און איר װעט מיך רופֿן, און איר װעט גײן און װעט מתפּלל זײַן צו מיר, און איך װעל צוהערן צו אײַך. 13און איר װעט מיך זוכן און געפֿינען, אַז איר װעט מיך פֿאָרשן מיט אײַער גאַנצן האַרצן. 14און איך װעל זיך לאָזן געפֿינען פֿון אײַך, זאָגט ה׳, און איך װעל אומקערן אײַער געפֿאַנגענשאַפֿט, און װעל אײַך אײַנזאַמלען פֿון אַלע פֿעלקער, און פֿון אַלע ערטער, װאָס איך האָב אײַך פֿאַרשטױסן אַהין, זאָגט ה׳, און איך װעל אײַך אומקערן צו דעם אָרט, װאָס איך האָב אײַך פֿאַרטריבן פֿון דאָרטן.

15װײַל איר האָט געזאָגט: ה׳ האָט אונדז אױפֿגעשטעלט נבֿיאים אין בָבֿל. 16װאָרעם אַזױ האָט ה׳ געזאָגט אױף דעם מלך װאָס זיצט אױפֿן טראָן[1] פֿון דָוִד, און אױף דעם גאַנצן פֿאָלק װאָס זיצט אין דער דאָזיקער שטאָט – אײַערע ברידער װאָס זײַנען נישט אַרױס מיט אײַך אין גלות: 17אַזױ האָט געזאָגט ה׳ צבָֿאוֹת: זע, איך שיק אָן אױף זײ די שװערד, דעם הונגער, און די פּעסט, און איך װעל זײ מאַכן אַזױ װי עקלדיקע פֿײַגן װאָס קענען נישט געגעסן װערן פֿאַר שלעכטיקײט. 18און איך װעל זײ נאָכיאָגן מיט דער שװערד, מיטן הונגער, און מיט דער פּעסט, און איך װעל זײ מאַכן פֿאַר אַ שױדער בײַ אַלע קיניגרײַכן פֿון דער ערד, פֿאַר אַ קללה, און פֿאַר אַ שרעק, און פֿאַר אַ שמוצערונג, און פֿאַר אַ שאַנד, צװישן אַלע פֿעלקער, װאָס איך האָב זײ פֿאַרשטױסן אַהין; 19פֿאַר װאָס זײ האָבן נישט צוגעהערט צו מײַנע װערטער, זאָגט ה׳, װען איך האָב געשיקט צו זײ מײַנע קנעכט די נבֿיאים, נאָכאַנאַנד און נאָכאַנאַנד געשיקט; און איר האָט נישט צוגעהערט, זאָגט ה׳. 20דערום הערט דאָס װאָרט פֿון ה׳, איר אַלע פֿאַרטריבענע, װאָס איך האָב אַרױסגעשיקט פֿון ירושָלַיִם קײן בָבֿל: 21אַזױ האָט געזאָגט ה׳ צבָֿאוֹת, אלוקי יִשׂרָאֵל, אױף אַחאָבֿ דעם זון פֿון קוֹלָיָהן, און אױף צִדקִיָהו דעם זון פֿון מַעֲשֵׂיָהן, װאָס זאָגן אײַך נבֿיאות אין מײַן נאָמען ליגן: זע, איך גיב זײ אין דער האַנט פֿון נבֿוכַדרֶאצַר דעם מלך פֿון בָבֿל, און ער װעט זײ דערשלאָגן פֿאַר אײַערע אױגן. 22און פֿון זײ װעט גענומען װערן אַ קללה בײַ אַלע פֿאַרטריבענע פֿון יהוּדה װאָס אין בָבֿל, אַזױ צו זאָגן: זאָל דיך ה׳ מאַכן אַזױ װי צִדקִיָהו און אַזױ װי אַחאָבֿ, װאָס דער מלך פֿון בָבֿל האָט זײ פֿאַרברענט אין פֿײַער! 23װײַל זײ האָבן געטאָן שאַלקהאַפֿטיגקײט אין יִשׂרָאֵל, און מזַנה געװען מיט די װײַבער פֿון זײערע חבֿרים, און פֿאַלש גערעדט אין מײַן נאָמען װערטער װאָס איך האָב זײ נישט באַפֿױלן; אָבער איך װײס, און בין עדות, זאָגט ה׳.

24און אױף שמַעיָהון פֿון נֶחלָם זאָלסטו זאָגן, אַזױ צו זאָגן: 25אַזױ האָט געזאָגט ה׳ צבָֿאוֹת, אלוקי יִשׂרָאֵל, אַזױ צו זאָגן: װײַל דו האָסט געשיקט אין דײַן נאָמען בריװ צום גאַנצן פֿאָלק װאָס אין ירושָלַיִם, און צו צפַֿניָה דעם זון פֿון מַעֲשֵׂיָהן, דעם כּהן, און צו אַלע כּהנים, אַזױ צו זאָגן: 26ה׳ האָט דיך געמאַכט פֿאַר אַ כּהן אױפֿן אָרט[2] פֿון יהוֹיָדָע דעם כּהן, כּדי עס זאָלן זײַן אױפֿזעער אין הױז פֿון ה׳ איבער איטלעכן משוגענער און נבֿיאות-זאָגער, און דו זאָלסט אים אַרײַנטאָן אין דעם צװאַנגקלאָץ און אין דעם האַלדזרינג. 27און אַצונד, למאַי האָסטו נישט אָנגעשריען אױף יִרמיָהון פֿון עַנָתוֹת, װאָס מאַכט זיך פֿאַר אַ נבֿיא צו אײַך? 28װאָרעם ער האָט דאָך געשיקט צו אונדז קײן בָבֿל: אַזױ צו זאָגן: דאָס גלות איז אױף לאַנג; בױט הײַזער און באַװױנט, און פֿלאַנצט גערטנער און עסט זײער פֿרוכט.

29און צפַֿניָה דער כּהן האָט געלײענט דעם דאָזיקן בריװ אין די אױערן פֿון יִרמיָהו הנבֿיא. 30און דאָס װאָרט פֿון ה׳ איז געװען צו יִרמיָהון, אַזױ צו זאָגן: 31שיק צו אַלע פֿאַרטריבענע, אַזױ צו זאָגן: אַזױ האָט ה׳ געזאָגט אױף שמַעיָהן פֿון נֶחלָם: װײַל שמַעיָה האָט אײַך נבֿיאות געזאָגט, װען איך האָב אים נישט געשיקט, און ער האָט אײַך געמאַכט פֿאַרזיכערן אױף ליגן, 32דערום האָט ה׳ אַזױ געזאָגט: זע, איך רעכן זיך מיט שמַעיָהן פֿון נֶחלָם, און מיט זײַן זאָמען; פֿון אים װעט נישט בלײַבן אַ מאַן צו זיצן צװישן דעם דאָזיקן פֿאָלק, און ער װעט נישט זען דאָס גוטס װאָס איך טו מײַן פֿאָלק, זאָגט ה׳, װײַל אָפּקערונג האָט ער גערעדט קעגן ה׳.

Notes & Cross-References
Brit Chadasha FootnoteActs 26 →

1און אגריפא האט געזאגט צו פוילוסן: עס איז דיר דערלויבט צו רעדן פאר דיר אליין. דעמאלט האט פוילוס אויסגעשטרעקט די האנט און זיך פארטיידיקט:

2איך שעץ מיך גליקלעך, אָ קעניג אגריפא, וואס איך דארף מיך היינט פארטיידיקן פאר דיר וועגן אלעם, וואס די יידן קלאגן מיך אָן; 3איבערהויפט ווייל דו ביסט א קענער פון אלע מנהגים און שאלות ביי יידן; דערפאר בעט איך דיך, דו זאלסט מיך אויסהערן מיט געדולד. 4וואס שייך מיין שטייגער לעבן פון דער יוגנט אָן, וועלכער איז געווען פונם סאמע אנהויב צווישן מיין פאלק אין ירושלים, ווייסן אלע יידן, 5און קענען מיך שוין פון לאנג, זיי זאלן נאר וועלן עדות זאגן, אז לויט דער שטרענגסטער כיתה פון אונדזער אמונה האב איך געלעבט, א פרוש. 6און איצט שטיי איך געמשפט צו ווערן צוליב דער האפענונג פון דער הבטחה, וועלכע ה׳ האט געמאכט צו אונדזערע אבות, 7צו וועלכער אונדזערע צוועלף שבטים, דינענדיק ה׳ בהתמדה יומם ולילה, האפן צו דערגרייכן. וועגן דער האפענונג ווער איך אנגעקלאגט פון די יידן, אָ קעניג! 8פארוואס האלט מען עס ביי אייך פאר אומגלויבלעך, אז ה׳ וועקט אויף טויטע? 9איך אליין טאקע האב מיר געטראכט, אז איך מוז א סך טאן קעגן דעם נאמען פון יהושע/ישוע פון נצרת. 10און האב עס אויך געטאן אין ירושלים; און פיל פון די הייליקע האב איך איינגעשלאסן אין תפיסות, האבנדיק באקומען מאכט פון די הויפט כהנים; און ווען מען האט זיי אומגעבראכט האב איך צוגעשטימט דערצו. 11און אין אלע שולן האב איך זיי אפט באשטראפט, און זיי געצוואונגען צו לעסטערן; און זייענדיק אויסערסט צארנדיק אויף זיי, האב איך זיי גערודפט אפילו ביז אין שטעט חוץ לארץ. 12און בשעת איך בין געפארן וועגן דעם קיין דמשק מיט רשות און אויפטראג פון די הויפט כהנים, 13האב איך אין מיטן טאג געזען אונטערוועגנס, אָ קעניג, א ליכט פון הימל, העלער ווי די זון, (וואס) האט מיך ארומגעלויכטן און די, וואס זענען געפארן מיט מיר. 14און ווען מיר אלע זענען אנידערגעפאלן אויף דער ערד. האב איך געהערט א קול, וואס האט צו מיר געזאגט אויף לשון קודש: שאול, שאול וואס פארפאלגסטו מיך? עס איז שווער פאר דיר צו שטויסן קעגן שפיציקע שטעקנס. 15און איך האב געזאגט: ווער ביסטו, האר? און דער האר האט געזאגט: איך בין יהושע/ישוע, וועמען דו פארפאלגסט. 16נאר הויב דיך אויף, און שטעל דיך אויף דיינע פיס; ווארום פאר דעם דאזיקן האב איך מיך צו דיר באוויזן, דיך צו מאכן פאר א דינער און עדות פון דעם, וואס דו האסט געזען פון מיר, און פון די זאכן, אין וועלכע איך וועל מיך צו דיר באווייזן; 17איך וועל דיך מציל זיין פון דעם (יידישן) פאלק און פון די אומות (העולם), צו וועלכע איך שיק דיך, 18אויפצועפענען זייערע אויגן, אז זיי זאלן זיך אומקערן פון דער פינצטערניש צום ליכט, און פון דער מאכט פונם שׂטן צו ה׳, כדי זיי זאלן באקומען פארגעבונג פון זינד, און א ירושה צווישן די, וועלכע זענען געהייליקט געווארן דורך (דרך ה׳) אמונה אין מיר. 19דערפאר, אָ קעניג אגריפא, בין איך נישט געווארן אומגעהארכזאם צו דעם חיזיון פון הימל; 20נאר ערשטנס צו די אין דמשק און אין ירושלים, און איבערן גאנצן לאנד יהודה, און צו די אומות העולם האב איך געדרשנט, אז זיי זאלן תשובה טאן און זיך אומקערן צו ה׳, און טאן מעשים (טובים), וואס זענען ראוי פון תשובה. 21צוליב דעם דאזיקן האבן מיך יידן געכאפט אינם בית המקדש, און האבן פארזוכט מיך צו טייטן. 22דעריבער אזויווי איך האב באקומען די הילף, וואס איז פון ה׳, שטיי איך ביז צום היינטיקן טאג, עדות זאגנדיק פאר קליין און פאר גרויס, און זאג נישט קיין שום זאך אחוץ דאס, וואס די נביאים און משה (רבינו) האבן געזאגט, אז עס וועט געשען: 23אז דער משיח וועט ליידן, און אז ער, דער ערשטער אויפצושטיין תחית המתים, וועט אנזאגן א ליכט צום (יידישן) פאלק און צו די אומות (העולם).

24און בשעת ער האט אזוי גערעדט צו זיין פארטיידיקונג, האט פעסטוס געזאגט מיט א הויך קול: פוילוס, דו ביסט אראפ פונם זינען; דאס פילע לערנען דערפירט דיך צו משוגעת. 25פוילוס אבער האט געזאגט: איך בין נישט משוגע, אָ נאבעלער פעסטוס, נאר איך רעד ווערטער פון אמת און ניכטערקייט. 26ווארום וועגן די דאזיקע זאכן, ווייסט דער קעניג, צו וועמען איך רעד אויך מיט דרייסטקייט; ווארום איך בין בטוח, אז פון די דאזיקע זאכן איז אים גארנישט פארהוילן, ווייל עס איז נישט געטאן געווארן אין א (געהיים) ווינקל. 27קעניג אגריפא, צי גלויבסטו די נביאים? איך ווייס, אז דו גלויבסט! 28און אגריפא (האט געזאגט) צו פוילוסן: עס פעלט נישט קיין סך, און דו האסט מיך איבערגערעדט צו ווערן א (דרך ה׳) משיחיסט! 29און פוילוס (האט געזאגט): הלוואי, זאל ה׳ געבן, צי מיט ווייניק צי מיט א סך, אז נישט נאר דו אליין, נאר אויך אלע, וועלכע הערן מיך היינט, זאלן ווערן אזעלכע, ווי איך בין, (נאר) אָן די דאזיקע קייטן.

30און דער קעניג איז אויפגעשטאנען און דער גובערנאטאר און בערעניקא און די, וואס זענען געזעסן מיט זיי; 31און בשעתן אוועקגיין, האבן זיי גערעדט איינס מיטן אנדערן, אזוי צו זאגן: דער דאזיקער מענטש האט גארנישט געטאן, פאר וועלכן ער זאל זיין חייב מיתה אדער קייטן. 32און אגריפא האט געזאגט צו פעסטוסן: דער דאזיקער מענטש וואלט געקענט באפרייט ווערן, אויב ער וואלט נישט אפעלירט צום קיסר.

OpenBible.info Cross-References (ranked by vote)
◄ Jeremiah 28Jeremiah 30 ►