6און ה׳ האָט צו מיר געזאָגט אין די טעג פֿון מלך יֹאשִיָהו: האָסטו געזען װאָס די אָפּגעקערטע יִשׂרָאֵל האָט געטאָן? זי איז געגאַנגען אױף אַלע הױכן בערג, און אונטער אַלע גרינע בײמער, און האָט דאָרטן מזַנה געװען. 7און איך האָב געװעסט געזאָגט: נאָכדעם אַז זי האָט געטאָן דאָס אַלץ, װעט זי זיך אומקערן צו מיר; אָבער זי האָט זיך נישט אומגעקערט. און די פֿעלשערין איר שװעסטער יהוּדה האָט דאָס געזען. 8אָבער איך האָב געזען, אַז הגם דערפֿאַר װאָס די אָפּגעקערטע יִשׂרָאֵל האָט אומטרײַשאַפֿט באַגאַנגען, האָב איך זי אַװעקגעשיקט, און איר געגעבן איר שײדבריװ, האָט פֿון דעסטװעגן נישט מורא געהאַט די פֿעלשערין יהוּדה איר שװעסטער, און זי אױך איז געגאַנגען און האָט מזַנה געװען. 9און עס איז געװען, פֿון װעגן דער לײַכטיקײט פֿון איר זנות האָט זי זינדיק געמאַכט דאָס לאַנד, און זי האָט אומטרײַשאַפֿט באַגאַנגען מיט שטײן און מיט האָלץ. 10אָבער אַפֿילו נאָך אַלעם דעם האָט די פֿעלשערין איר שװעסטער יהוּדה זיך נישט אומגעקערט צו מיר מיט איר גאַנצן האַרצן, נאָר בלױז מיט ליגן, זאָגט ה׳.
11און ה׳ האָט צו מיר געזאָגט: די אָפּגעקערטע יִשׂרָאֵל האָט זיך אַרױסגעװיזן מער רעכטפֿאַרטיק פֿון דער פֿעלשערין יהוּדה.
12גײ און זאָלסט רופֿן די דאָזיקע װערטער קעגן צפֿון, און זאָגן:
15און איך װעל אײַך געבן פּאַסטוכער נאָך מײַן האַרצן, און זײ װעלן אײַך פֿיטערן מיט קענשאַפֿט און מיט פֿאַרשטאַנדיקײט. 16און עס װעט זײַן, אַז איר װעט זיך מערן און פֿרוכפּערן אין לאַנד, אין יענע טעג, זאָגט ה׳, װעט מען מער נישט זאָגן: דער אָרון פֿון ה׳ס ברית; און ער װעט אױפֿן זינען נישט אַרױף, און מע װעט אים נישט דערמאָנען און נישט דאַכטן; און ער װעט מער נישט געמאַכט װערן. 17אין יענער צײַט װעט מען רופֿן ירושָלַיִם דער טראָן[1] פֿון ה׳, און אײַנזאַמלען װעלן זיך צו איר אַלע פֿעלקער, פֿון װעגן ה׳ס נאָמען, קײן ירושָלַיִם, און זײ װעלן מער נישט גײן נאָך דער אײַנגעשפּאַרטיקײט פֿון זײער בײזן האַרצן.[2] 18אין יענע טעג װעט גײן דאָס הױז פֿון יהוּדה מיט דעם הױז פֿון יִשׂרָאֵל, און זײ װעלן קומען אין אײנעם פֿון צפֿון-לאַנד אין דעם לאַנד װאָס איך האָב געמאַכט אַרבן אײַערע עלטערן.
24און די שאַנדגעטערײַ האָט אױפֿגעגעסן די מי פֿון אונדזערע עלטערן, פֿון אונדזער יוגנט אָן, זײערע שאָף און זײערע רינדער, זײערע זין און זײערע טעכטער. 25לאָמיר ליגן אין אונדזער שאַנד, און זאָל אונדז באַדעקן אונדזער שמאַך, װאָרעם צו ה׳ אלוקינו האָבן מיר געזינדיקט, מיר און אונדזערע עלטערן, פֿון אונדזער יוגנט און ביז הײַנטיקן טאָג, און מיר האָבן נישט צוגעהערט צו דעם קֹול פֿון ה׳ אלוקינו.