AFIIOrthodox Hasidic Yiddish Tanakh › Ezekiel 16
◄ Ezekiel 15
Ezekiel 16
יחֶזקֵאל 16
Ezekiel 17 ►

1און דאָס װאָרט פֿון ה׳ איז געװען צו מיר, אַזױ צו זאָגן: 2מענטשנקינד, לאָז װיסן ירושָלַיִם אירע אומװערדיקײטן, 3און זאָלסט זאָגן: אַזױ האָט געזאָגט אֲדֹנָי ה׳ צו ירושָלַיִם: דײַן אָפּשטאַם און דײַן געבורט איז פֿון לאַנד פֿון דעם כּנַעֲני; דײַן פֿאָטער איז געװען דער אֶמוֹרי, און דײַן מוטער פֿון חֵת. 4און אָט איז דײַן געבורט: אין דעם טאָג װאָס דו ביסט געבאָרן געװאָרן האָט מען דײַן נאָפּל נישט אָפּגעשניטן {כרת}[1], און אין װאַסער ביסטו נישט געװאַשן געװאָרן צום רײניקן, און באַזאַלצן ביסטו נישט באַזאַלצט געװאָרן, און געװיקלט ביסטו נישט געװיקלט געװאָרן. 5נישט דערבאַרעמט האָט זיך אַן אױג אױף דיר, דיר צו טאָן אײנס פֿון די דאָזיקע, צו האָבן רַחמָנות אױף דיר; און ביסט אַװעקגעװאָרפֿן געװאָרן אױפֿן פֿרײַען פֿעלד, פֿון װעגן דער עקלדיקײט פֿון דײַן לײַב, אין דעם טאָג װאָס דו ביסט געבאָרן געװאָרן.

6און איך בין פֿאַרבײַגעגאַנגען פֿאַרבײַ דיר, און האָב דיך געזען זיך װעלגערן אין דײַן בלוט, און איך האָב געזאָגט צו דיר אין דײַן בלוט: לעב! יאָ, איך האָב געזאָגט צו דיר אין דײַן בלוט: לעב! 7װאַקסעדיק װי די שפּראָצונג פֿון פֿעלד האָב איך דיך געמאַכט, און ביסט געװאַקסן, און ביסט גרױס געװאָרן, און געקומען אין שענסטער שײנקײט; די בריסט זײַנען געװען געפֿורעמט, און דײַנע האָר האָט געשפּראָצט, נאָר נאַקעט און הױל ביסטו געװען.

8בין איך פֿאַרבײַגעגאַנגען פֿאַרבײַ דיר, און האָב דיך געזען, ערשט דײַן צײַט איז די צײַט פֿון ליבשאַפֿט; און איך האָב אױסגעשפּרײט מײַן ברעג קלײד איבער דיר, און צוגעדעקט דײַן נאַקעטקײט; און איך האָב דיר געשװאָרן, און בין אַרײַן אין אַ ברית מיט דיר, זאָגט אֲדֹנָי ה׳, און ביסט געװאָרן מײַנע. 9און איך האָב דיך אַרומגעװאַשן מיט װאַסער, און האָב אָפּגעשװענקט דײַן בלוט פֿון דיר, און האָב דיך באַזאַלבט מיט אײל. 10און איך האָב דיך אָנגעקלײדט אין געשטיקטן געװאַנט, און דיך באַשוכט מיט תּחש-פֿעל, און באַװיקלט דײַן קאָפּ מיט לײַנען, און באַדעקט דיך מיט זײַד. 11און איך האָב דיך באַצירט מיט צירונג, און אָנגעטאָן אָרעמבענדער אױף דײַנע הענט, און אַ האַלדזבאַנד אױף דײַן האַלדז. 12און איך האָב אָנגעטאָן אַ נאָזרינג אױף דײַן נאָז, און אױרינגען אין דײַנע אױערן, און אַ שײנע קרױן אױף דײַן קאָפּ. 13און האָסט זיך אָנגעצירט אין גאָלד און זילבער, און דײַן קלײד איז געװען לײַנען, און זײַד, און געשטיקטע געװאַנט; זעמלמעל, און האָניק, און אײל האָסטו געגעסן, און ביסט זײער שײן געװאָרן, און האָסט זיך געפּאַסט פֿאַר מלוכה. 14און דײַן שם איז אַרױס צװישן די פֿעלקער דורך דײַן שײנקײט, װאָרעם זי איז געװען פֿאַרפֿול, דורך מײַן פּראַכט װאָס איך האָב אַרױפֿגעטאָן אױף דיר, זאָגט אֲדֹנָי ה׳.

15אָבער האָסט זיך פֿאַרזיכערט אױף דײַן שײנקײט, און האָסט מזנה געװען אױף דײַן שם, און אױסגעגאָסן דײַן זנות אױף יעטװעדער דורכגײער; זײַנס איז עס געװען. 16און האָסט גענומען פֿון דײַנע קלײדער, און דיר געמאַכט געפֿלעקטע בָמות, און מזנה געװען אױף זײ; װאָס אַזױנס איז נישט געשען, און װעט נישט זײַן. 17און האָסט גענומען דײַנע שײנע זאַכן, פֿון מײַן גאָלד און פֿון מײַן זילבער װאָס איך האָב דיר געגעבן, און האָסט דיר געמאַכט בילדער פֿון אַ מאַנספּאַרשױן, און מזנה געװען מיט זײ. 18און האָסט גענומען דײַנע געשטיקטע קלײדער, און האָסט זײ באַדעקט; און מײַן אײל און מײַן װײַרעך האָסטו דערלאַנגט פֿאַר זײ. 19און מײַן ברױט װאָס איך האָב דיר געגעבן, זעמלמעל, און אײל, און האָניק, מיט װאָס איך האָב דיך געשפּײַזט, האָסטו דערלאַנגט פֿאַר זײ, פֿאַר אַ געשמאַקן רֵיח; אַזױ איז דאָס געװען, זאָגט אֲדֹנָי ה׳. 20און האָסט גענומען דײַנע זין און דײַנע טעכטער װאָס דו האָסט מיר געבאָרן, און האָסט זײ געשלאַכט פֿאַר זײ צום עסן. װינציק איז דיר געװען דײַן זנות, 21האָסטו נאָך געשאָכטן מײַנע קינדער, און זײ אַװעקגעגעבן, אַז דו האָסט זײ מקריבֿ געװען צו זײ. 22און אין אַלע דײַנע אומװערדיקײטן און דײַן זנות האָסטו נישט געדאַכט אָן די טעג פֿון דײַן יוגנט, װען דו ביסט געװען נאַקעט און הױל, זיך װעלגערנדיק אין דײַן בלוט.

23און עס איז געװען: נאָך אַל דײַן שלעכטיקײט – װײ, װײ דיר, זאָגט אֲדֹנָי ה׳ – 24האָסטו דיר געבױט אַ געװעלבונג, און דיר געמאַכט אַ הױכן אָרט אױף איטלעכן מאַרק. 25אױף יעטװעדער עק װעג האָסטו דיר געבױט דײַן הױכן אָרט, און האָסט פֿאַראומװערדיקט דײַן שײנקײט, און צעשפּרײט דײַנע פֿיס פֿאַר יעטװעדער דורכגײער, און געמערט דײַן זנות. 26און האָסט מזנה געװען מיט די זין פֿון מִצרַיִם, דײַנע שכנים די גרױסלײַביקע, און האָסט געמערט דײַן זנות, מיך צו דערצערענען. 27און זע, איך האָב אױסגעשטרעקט מײַן האַנט אױף דיר, און האָב געמינערט דײַן אױסקומעניש, און דיך איבערגעגעבן אױף דעם באַראָט פֿון דײַנע פֿײַנט, די טעכטער פֿון די פּלִשתּים װאָס האָבן זיך געשעמט װעגן דײַן שענדלעכן װעג. 28און דו האָסט מזנה געװען מיט די זין פֿון אשור, װײַל דו האָסט זיך נישט געקענט אָנזעטן, און האָסט מזנה געװען מיט זײ, און ביסט פֿאָרט נישט זאַט געװאָרן. 29און האָסט געמערט דײַן זנות מיט דעם לאַנד פֿון קרעמער, מיט כַּשׂדים, און אױך דערמיט ביסטו נישט זאַט געװאָרן.

30װי שװאַך איז דײַן האַרץ, זאָגט אֲדֹנָי ה׳, אַז דו האָסט געטאָן אַל דאָס דאָזיקע אַזױ װי עס טוט אַן אַרצע-זונה, 31מיט װאָס דו האָסט געבױט דײַן געװעלבונג אױף יעטװעדער עק װעג, און דײַן הױכן אָרט האָסטו געמאַכט אױף יעטװעדער מאַרק; ביסט צו מאָל נישט געװען װי אַ זוֹנה צו שפּאָטן פֿון אַבי װאָסער לױן. 32דו װײַב נואפֿטע װאָס נעמט פֿרעמדע אַנשטאָט איר מאַן, 33אַלע זוֹנות גיט מען אַ געשאַנק, און דו האָסט געגעבן דײַנע געשאָנקען צו אַלע דײַנע ליבהאָבער, און זײ אונטערגעקױפֿט צו קומען צו דיר פֿון רונד אַרום, אין דײַן זנות. 34און בײַ דיר איז געװען קאַפּױר װי בײַ אַנדערע װײַבער, מיט װאָס דו ביסט נאָכגעלאָפֿן, און נאָך דיר איז מען נישט נאָכגעלאָפֿן, און װאָס דו האָסט געגעבן לױן, און דיר איז קײן לױן נישט געגעבן געװאָרן; יאָ, קאַפּױר ביסטו געװען.

35דערום הער, דו זוֹנה, דאָס װאָרט פֿון ה׳: 36אַזױ האָט געזאָגט אֲדֹנָי ה׳: װײַל דײַן שמוציקײט האָט זיך אױסגעגאָסן, און דײַן שאַנד איז אַנטפּלעקט געװאָרן אין דײַן זנות מיט דײַנע ליבהאָבער, און מיט אַלע דײַנע אומװערדיקע אָפּגעטער; און פֿאַר דעם בלוט פֿון דײַנע זין װאָס דו האָסט זײ געגעבן – 37דערום זע, איך זאַמל אײַן אַלע דײַנע ליבהאָבער װאָס דו האָסט זיך געחנדלט צו זײ, און אַלע װאָס דו האָסט ליב, מיט אַלע װאָס דו האָסט פֿײַנט; און איך װעל זײ אײַנזאַמלען אַרום דיר פֿון רונד אַרום, און װעל אַנטפּלעקן דײַן שאַנד פֿאַר זײ, און זײ װעלן זען דײַן גאַנצע שאַנד. 38און איך װעל דיך משפּטן מיט דעם משפּט פֿון נואפֿטעס און בלוטפֿאַרגיסערינס; און איך װעל ברענגען אױף דיר בלוט פֿון גרימצאָרן און קִנְאָה. 39און איך װעל דיך איבערגעבן אין זײער האַנט, און זײ װעלן צעשטערן דײַן געװעלבונג, און אײַנװאַרפֿן דײַנע הױכע ערטער; און זײ װעלן דיר אױסטאָן דײַנע קלײדער, און צונעמען דײַנע שײנע זאַכן; און זײ װעלן דיך לאָזן נאַקעט און הױל. 40און זײ װעלן אַרױפֿברענגען אױף דיר אַ געזעמל, און זײ װעלן דיך פֿאַרשטײנען מיט שטײנער, און דיך צעהאַקן מיט זײערע שװערדן. 41און זײ װעלן פֿאַרברענען דײַנע הײַזער אין פֿײַער, און טאָן אױף דיר אַ משפּט פֿאַר די אױגן פֿון פֿיל װײַבער; און איך װעל דיך מאַכן אױפֿהערן זײַן אַ זוֹנה, און װעסט אױך קײן לױן מער נישט געבן. 42און איך װעל באַרוען מײַן גרימצאָרן אױף דיר, און אָפּטאָן װעט זיך מײַן קִנְאָה פֿון דיר, און איך װעל מיך שטילן, און מער נישט צערענען. 43װײַל דו האָסט נישט געדאַכט אָן די טעג פֿון דײַן יוגנט, און האָסט מיך דערערגערט מיט אַלעם דאָזיקן, דערום אָט פֿאַרגעלט איך אױך דײַן װעג אױף דײַן קאָפּ, זאָגט אֲדֹנָי ה׳. אָדער האָסטו דען נישט געטאָן די דאָזיקע שענדלעכקײט צו אַלע דײַנע אומװערדיקײטן?

44זע, יעטװעדער װערטלזאָגער װעט זיך װערטלען אױף דיר, אַזױ צו זאָגן: װי די מוטער אַזױ איר טאָכטער. 45ביסט אַ טאָכטער פֿון דײַן מוטער װאָס האָט זיך געמיאוסט מיט איר מאַן און אירע קינדער, און ביסט אַ שװעסטער פֿון דײַנע שװעסטער, װאָס האָבן זיך געמיאוסט מיט זײערע מאַנען און זײערע קינדער; דײַן מוטער איז געװען פֿון חֵת, און דײַן פֿאָטער אַן אֶמוֹרי. 46און דײַן גרעסערע שװעסטער איז געװען שוֹמרוֹן, װאָס איז געזעסן אױף דײַן לינקער זײַט, זי מיט אירע טעכטער; און דײַן קלענערע שװעסטער װאָס איז געזעסן אױף דײַן רעכטער זײַט, איז געװען סדוֹם מיט אירע טעכטער. 47נישט צו מאָל אין זײערע װעגן ביסטו געגאַנגען, און װי זײערע אומװערדיקײטן געטאָן; אין אַ קורצער װײַל ביסטו געװאָרן פֿאַרדאָרבענער פֿון זײ אין אַלע דײַנע װעגן. 48אַזױ װי איך לעב, זאָגט אֲדֹנָי ה׳, אױב דײַן שװעסטער סדוֹם, זי מיט אירע טעכטער, האָט געטאָן װי דו מיט דײַנע טעכטער האָסט געטאָן! 49זע, דאָס איז געװען די זינד פֿון דײַן שװעסטער סדוֹם: שטאָלצקײט, זעטיקײט מיט ברױט, און רויִקע שלװה איז געװען בײַ איר און בײַ אירע טעכטער, און די האַנט פֿון דעם אָרעמאַן און דעם אבֿיון האָט זי נישט אױפֿגעהאַלטן. 50און זײ זײַנען געװען האָפֿערדיק, און האָבן געטאָן אומװערדיקײט פֿאַר מיר; דערום האָב איך זײ אָפּגעראַמט, אַז איך האָב דאָס געזען. 51און שוֹמרוֹן האָט אַ העלפֿט פֿון דײַנע זינד נישט געזינדיקט; און דו האָסט געמערט דײַנע אומװערדיקײטן מער פֿון זײ, און האָסט גערעכטפֿאַרטיקט דײַנע שװעסטער מיט אַלע דײַנע אומװערדיקײטן װאָס דו האָסט געטאָן. 52דערום טראָג אױך דו דײַן שאַנד, װאָס דו האָסט געמשפּט דײַנע שװעסטער; דורך דײַנע זינד װאָס דו האָסט געטאָן מער אומװערדיק פֿון זײ, װערן זײ גערעכטער פֿון דיר; דערום אױך דו שעם זיך, און טראָג דײַן שאַנד, װאָס דו רעכטפֿאַרטיקסט דײַנע שװעסטער.

53און איך װעל אומקערן זײער געפֿאַנגענשאַפֿט, די געפֿאַנגענשאַפֿט פֿון סדוֹם און אירע טעכטער, און די געפֿאַנגענשאַפֿט פֿון שוֹמרוֹן און אירע טעכטער, און די געפֿאַנגענשאַפֿט פֿון דײַנע געפֿאַנגענע צװישן זײ; 54כּדי זאָלסט טראָגן דײַן שאַנד, און זיך שעמען פֿאַר אַלץ װאָס דו האָסט געטאָן, אַז דו ביסט זײ געװאָרן אַ טרײסטונג. 55און דײַנע שװעסטער סדוֹם און אירע טעכטער װעלן זיך אומקערן צו זײער פֿריִערדיקן שטאַנד, און שוֹמרוֹן און אירע טעכטער, װעלן זיך אומקערן צו זײער פֿריִערדיקן שטאַנד, און דו און דײַנע טעכטער – װעט זיך אומקערן צו אײַער פֿריִערדיקן שטאַנד. 56און איז נישט סדוֹם דײַן שװעסטער געװען אַ גערײד אין דײַן מױל, אין דעם טאָג פֿון דײַן שטאָלץ, 57אײדער דײַן שלעכטיקײט איז אַנטפּלעקט געװאָרן, װי אין דער צײַט פֿון דער לעסטערונג פֿון די טעכטער פֿון אַרָם, און פֿון אַלע אירע אַרומיקע, די טעכטער פֿון די פּלִשתּים, װאָס פֿאַראַכטן דיך פֿון רונד אַרום? 58דײַן שענדלעכקײט און דײַנע אומװערדיקײטן – דו װעסט זײ טראָגן, זאָגט ה׳.

59װאָרעם אַזױ האָט געזאָגט אֲדֹנָי ה׳: יאָ, איך װעל טאָן מיט דיר אַזױ װי דו האָסט געטאָן, װאָס דו האָסט פֿאַראַכט {בזה}[2] די שבֿועה, צו פֿאַרשטערן דעם ברית. 60אָבער איך װעל זיך דערמאָנען אָן מײַן ברית מיט דיר אין די טעג פֿון דײַן יוגנט, און װעל דיר אױפֿשטעלן אַן אײביקן ברית. 61און װעסט זיך דערמאָנען דײַנע װעגן, און זיך שעמען, װען דו קריגסט דײַנע שװעסטער, די גרעסערע פֿון דיר מיט די קלענערע פֿון דיר; און איך װעל זײ דיר געבן פֿאַר טעכטער, אָבער נישט פֿון װעגן דײַן ברית. 62און איך װעל אױפֿשטעלן מײַן ברית מיט דיר, און װעסט װיסן, אַז איך בין ה׳; 63כּדי זאָלסט זיך דערמאָנען און זיך שעמען, און מער אַ מױל נישט עפֿענען פֿון װעגן דײַן שאַנד, װען איך בין דיר מכַפּר אױף אַלץ װאָס דו האָסט געטאָן, זאָגט אֲדֹנָי ה׳.

Notes & Cross-References
Brit Chadasha FootnoteRomans 5 →

1זייענדיק דעריבער גערעכטפערטיקט דורך אמונה, האבן מיר שלום מיט ה׳ דורך אונדזער האר יהושע/ישוע המשיח, 2דורך וועמען מיר האבן אויך באקומען דעם צוגאנג דורך אמונה צום דאזיקן חסד, אין וועלכן מיר שטייען; און לאמיר זיך משמח זיין אין דער האפענונג פון דעם כבוד פון ה׳. 3און נישט נאר דאס, נאר לאמיר זיך אויך פרייען אין די צרות, וויסנדיק אז צרות פירן צו סבלנות; 4און סבלנות צו דערפארונג, און די דערפארונג צו האפענונג; 5די האפענונג אבער אנטוישט נישט, ווייל ה׳ס ליבע איז אויסגעגאסן אין אונדזערע הערצער דורך דעם רוח הקודש, וועלכער איז אונדז געגעבן געווארן.

6ווייל ווען מיר זענען נאך געווען שוואך, איז דער משיח, אין דער געהעריקער צייט, געשטארבן פאר די רשעים. 7ווארום זעלטן וועט זיך עמיצער אונטערנעמען צו שטארבן פאר א צדיק; דאך פאר א גוטן מענטשן וועט אפשר ווער האבן דעם מוט צו שטארבן. 8אבער ה׳ באווייזט זיין ליבע צו אונדז, אז משיח איז פאר אונדז געשטארבן, ווען מיר זענען נאך געווען חוטאים. 9אויף וויפל זשע מער, זייענדיק איצט גערעכטפערטיקט דורך זיין בלוט (כפרה), וועלן מיר געראטעוועט ווערן דורך אים פונם צארן. 10ווארום אויב מיר, זייענדיק שונאים, זענען שלום-מאכן געווארן מיט ה׳ דורכן טויט פון זיין זון, אויף וויפל מער, זייענדיק שוין שלום-מאכן, וועלן מיר געראטעוועט ווערן דורך זיין לעבן; 11נישט נאר דאס, נאר מיר זענען זיך משמח אין ה׳ דורך אונדזער האר יהושע/ישוע המשיח, דורך וועמען מיר האבן איצט באקומען די שלום-מאכן.

12דערפאר, אזויווי דורך איין מענטשן איז די זינד געקומען אין דער וועלט אריין, און דורך דער (איינגעבוירן חטא קדמון) זינד דער טויט, און אזוי איז דער טויט דורכגעדרונגען צו אלע מענטשן, ווייל אלע האבן געזינדיקט; 13ווארום ביז דער תורה איז די זינד שוין געווען אין דער וועלט, אבער עבירה ווערט נישט פאררעכנט, ווען עס איז נישטא קיין געזעץ. 14דאך האט דער טויט געקעניגט פון אדמען ביז משהן אויך אויף די, וואס האבן נישט געזינדיקט ענלעך צו דער עבירה פון אדם, וועלכער איז א פארבילד פון אים, וואס האט געזאלט קומען. 15אבער נישט ווי די עבירה, אזוי איז די מתנה. ווארום, אויב דורך דער עבירה פון דעם איינעם זענען די פילע געשטארבן, וויפל מער זענען ה׳ס חסד און די מתנה דורך דעם איינעם מענטשן, יהושע/ישוע המשיח, איבערגעפלאסן צו די פילע! 16און נישט אזוי ווי דורך דעם איינעם, וואס האט געזינדיקט, איז די מתנה; ווארום דאס משפט איז געקומען דורך איינעם צו פאראורטיילונג, אבער די מתנה איז צו גערעכטפערטיקונג פון א סך זינד. 17ווייל אויב דורך דער עבירה פון דעם איינעם, האט דער טויט געהערשט דורך דעם דאזיקן איינעם, וויפל מער וועלן די, וואס זענען מקבל די שפע פון חסד און דער מתנה פון גערעכטיקייט, הערשן אין לעבן דורך דעם איינעם—יהושע/ישוע המשיח.

18דעריבער, אזויווי דורך איין עבירה איז געקומען די פאראורטיילונג אויף אלע מענטשן, אזוי אויך דורך איין טאט פון צדקות, איז געקומען די גערעכטפערטיקונג פון לעבן צו אלע מענטשן. 19ווארום אזויווי דורך דער ווידערשפעניקייט פון דעם איינעם מענטשן זענען א סך געמאכט געווארן פאר חוטאים, אזוי אויך דורך דער געהארכזאמקייט פון דעם איינעם (יהושע/ישוע) וועלן א סך געמאכט ווערן פאר צדיקים. 20די תורה אבער איז אריינגעקומען, כדי די עבירות זאלן זיך פארמערן; און וואו די זינד האט זיך פארמערט, איז דער חסד נאך מער איבערגעפלאסן, 21כדי, ווי די זינד האט געהערשט אינם טויט, אזוי זאל דער חסד הערשן דורך צדקות צום אייביקן לעבן דורך יהושען/ישוען דעם משיח אונדזער האר.

OpenBible.info Cross-References (ranked by vote)
◄ Ezekiel 15Ezekiel 17 ►