1און דו מענטשנקינד, נעם דיר אַ שאַרפֿע שװערד – פֿאַר אַ גאָלמעסער זאָלסטו זי דיר נעמען, און אַריבערפֿירן איבער דײַן קאָפּ און איבער דײַן באָרד; און זאָלסט דיר נעמען װאָגשאָלן און עס צעטײלן. 2אַ דריט-חלק זאָלסטו אין פֿײַער פֿאַרברענען אין מיטן פֿון דער שטאָט, װען עס װערן פֿול די טעג פֿון דער באַלעגערונג; און אַ דריט-חלק זאָלסטו נעמען, און שלאָגן מיט דער שװערד רונד אַרום דעם, און אַ דריט-חלק זאָלסטו צעשפּרײטן פֿאַרן װינט; און אַ שװערד װעל איך אַרױסציען הינטער זײ. 3און זאָלסט נעמען דערפֿון עטלעכע אין צאָל, און זײ אײַנבינדן אין דײַנע ברעגן. 4און פֿון זײ זאָלסטו װידער נעמען עטלעכע, און זײ אַרײַנװאַרפֿן אין מיטן פֿײַער, און זײ פֿאַרברענען אין פֿײַער; דערפֿון װעט אַרױסגײן אַ פֿײַער אױפֿן גאַנצן הױז פֿון יִשׂרָאֵל.
5אַזױ האָט געזאָגט אֲדֹנָי ה׳: דאָס איז ירושָלַיִם; אין מיטן פֿון די פֿעלקער האָב איך זי באַשטאַט, מיט לענדער רונד אַרום איר. 6און זי האָט װידערשפּעניקט מײַנע געזעצן צו טאָן בײז מער פֿון די פֿעלקער, און מײַנע חוקים – מער פֿון די לענדער װאָס רונד אַרום איר; װאָרעם מײַנע געזעצן האָבן זײ פֿאַראַכט, און מײַנע חוקים, אין זײ זײַנען זײ נישט געגאַנגען. 7דערום האָט אֲדֹנָי ה׳ אַזױ געזאָגט: װײַל איר האָט אָנגעגעבן מער פֿון די פֿעלקער װאָס רונד אַרום אײַך; אין מײַנע חוקים זײַט איר נישט געגאַנגען, און מײַנע געזעצן האָט איר נישט געטאָן; צו מאָל װי די געזעצן פֿון די פֿעלקער װאָס רונד אַרום אײַך האָט איר נישט געטאָן – 8דערום האָט אֲדֹנָי ה׳ אַזױ געזאָגט: זע, איך אױך קום אױף דיר, און װעל טאָן אַ משפּט אין דיר פֿאַר די אױגן פֿון די פֿעלקער. 9און איך װעל טאָן אױף דיר װאָס איך האָב נישט געטאָן, פֿון װעגן אַלע דײַנע אומװערדיקײטן. 10דערום װעלן עלטערן עסן זײערע קינדער אין דיר, און קינדער װעלן עסן זײערע עלטערן, און איך װעל טאָן אַ משפּט אױף דיר, און אַל דײַן איבערבלײַב װעל איך צעשפּרײטן אױף אַלע װינטן. 11דערום אַזױ װי איך לעב, זאָגט אֲדֹנָי ה׳, פֿאַר װאָר, װײַל דו האָסט מײַן מִקדָש פֿאַראומרײניקט מיט אַלע דײַנע מיאוסקײטן און מיט אַלע דײַנע אומװערדיקײטן, דערום װעל איך אױך דיך פֿאַרמינערן, און מײַן אױג װעט נישט שױנען, און איך אױך װעל נישט דערבאַרעמען. 12אַ דריט-חלק פֿון דיר װעלן פֿון פּעסט שטאַרבן, און אױסגײן פֿון הונגער אין דיר, און אַ דריט-חלק װעלן דורכן שװערד פֿאַלן רונד אַרום דיר, און אַ דריט-חלק װעל איך אױף אַלע װינטן צעשפּרײטן, און אַ שװערד װעל איך אַרױסציען הינטער זײ.
13און מײַן כּעס[1] װעט אױסגײן, און איך װעל באַרוען מײַן גרימצאָרן אױף זײ, און איך װעל מיך שטילן; און זײ װעלן װיסן אַז איך ה׳ האָב גערעדט אין מײַן פֿאַרדראָס, װען איך לאָז אױס מײַן גרימצאָרן אױף זײ. 14און איך װעל דיך מאַכן פֿאַר אַ חורבֿן און פֿאַר אַ חרפּה צװישן די פֿעלקער װאָס רונד אַרום דיר, פֿאַר די אױגן פֿון איטלעכן פֿאַרבײַגײער. 15און עס װעט זײַן אַ חרפּה און אַ לעסטערונג, אַ מוסר[2] און אַ שרעק, בײַ די פֿעלקער װאָס רונד אַרום דיר, װען איך טו אַ משפּט אױף דיר מיט כּעס און מיט גרימצאָרן און מיט שטראָפֿן פֿון גרימצאָרן – איך ה׳ האָב גערעדט; 16װען איך שיק אָן אױף זײ די בײזע פֿײַלן פֿון הונגער װאָס זײַנען אױף אומצוברענגען, װאָס איך װעל זײ שיקן אײַך אומצוברענגען; און הונגער װעל איך מערן אױף אײַך, און װעל אײַך צעברעכן דעם אונטערלען פֿון ברױט. 17און איך װעל אָנשיקן אױף אײַך הונגער און בײזע חיות, און זײ װעלן דיך אָן קינדער לאָזן; און פּעסט און בלוט װעט דורכגײן דורך דיר, און אַ שװערד װעל איך ברענגען אױף דיר. איך ה׳ האָב גערעדט.