AFIIOrthodox Hasidic Yiddish Tanakh › Lamentations 4
◄ Lamentations 3
Lamentations 4
אֵיכָה 4
Lamentations 5 ►
1װי איז פֿאַרטונקלט דאָס גאָלד,
פֿאַרביטן דאָס טײַערע פֿײַנגאָלד;
די הײליקע שטײנער צעשאָטן אין אַלע עק גאַסן!
2די טײַערע קינדער פֿון צִיוֹן,
מיט גינגאָלד געװױגן –
װי זײַנען זײ גערעכנט פֿאַר לײמענע קריג,
געמאַכט פֿון אַ טעפּערס הענט!
3אַפֿילו שאַקאַלן ציען אױס די ברוסט,
גיבן זױגן זײערע יונגע,
די טאָכטער מײַן פֿאָלק איז אַן אַכזר געװאָרן,
אַזױ װי שטרױספֿױגלען אין דער מדבר.
4די צונג פֿון דעם זױגעדיקן איז צוגעקלעפּט
צו זײַן גומען פֿון דאָרשטיקײט;
קלײנע קינדער בעטן ברױט,
און קײנער ברעכט זײ נישט אָפּ.
5די װאָס פֿלעגן עסן טײַערע שפּײַזן,
זײַנען װיסט אין די גאַסן;
די דערצױגענע אין װערמילרױט
טוליען זיך צו מיסטהױפֿנס.
6װאָרעם די זינד פֿון דער טאָכטער מײַן פֿאָלק
איז גרעסער װי דער חטא פֿון סדוֹם,
װאָס איז איבערגעקערט געװאָרן װי אין אַ רגע,
און קײן הענט זענען נישט געפֿאַלן אױף איר.
7אירע פֿירשטן זײַנען געװען לױטערער פֿון שנײ,
װײַסער פֿון מילך,
גערױטלטער אױפֿן לײַב פֿון קאַרעלן;
סאַפּירשטײן זײער געשטאַלט.
8פֿינצטערער פֿון קױל איז זײער אױסזען,
זײ זײַנען נישט צו דערקענען אױף דער גאַס;
זײער הױט איז צוגעקלעפּט צו זײערע בײנער,
אײַנגעדאַרט װי האָלץ איז זי געװאָרן.
9בעסער איז די דערשלאָגענע פֿון שװערד,
װי די דערשלאָגענע פֿון הונגער,
װאָס זײ גײען אױס דורכגענומענע,
אָן אַ פֿרוכט פֿון פֿעלד.
10די הענט פֿון דערבאַרעמדיקע מוטערס
האָבן געקאָכט זײערע קינדער;
זײ זײַנען זײ צום שפּײַז געװען,
אין דעם בראָך פֿון דער טאָכטער מײַן פֿאָלק.
11ה׳ האָט אױסגעלאָזט זײַן כּעס,
אױסגעגאָסן זײַן גרימצאָרן;[1]
און ער האָט אָנגעצונדן אַ פֿײַער אין צִיוֹן,
און עס האָט פֿאַרצערט אירע גרונטפֿעסטן.
12נישט געגלױבט[2] האָבן די מלכים פֿון דער ערד,
און אַלע באַװױנער פֿון דער װעלט,
אַז אַ דריקער און אַ שׂונא װעט קומען
אין די טױערן פֿון ירושָלַיִם;
13פֿון װעגן די זינד פֿון אירע נבֿיאים,
די פֿאַרברעכן פֿון אירע כּהנים,
װאָס האָבן בלוט פֿון גערעכטע
פֿאַרגאָסן אין איר.
14זײ װאָגלען װי בלינדע אין די גאַסן,
זײ זײַנען אײַנגעריכט אין בלוט,
ביז מע קען זיך נישט אָנרירן אָן די קלײדער זײערע.
15קערט אײַך אָפּ! טמא!
רופֿט מען צו זײ,
קערט אײַך אָפּ! קערט אײַך אָפּ! איר זאָלט זיך נישט אָנרירן!
בעת זײ פֿליען און װאָגלען; מע זאָגט צװישן די פֿעלקער:
זײ טאָרן זיך מער נישט אױפֿהאַלטן.
16דער צאָרן פֿון ה׳ האָט זײ צעטײלט,
ער װיל זײ מער נישט אָנקוקן;
כּהנים האָט מען נישט געשױנט,
זקנים האָט מען נישט געלײַטזעליקט.
17אונדזערע אױגן גײען נאָך אַלץ אױס
נאָך אונדזער נישטיקער הילף;
אין אונדזער אױסקוק האָבן מיר אױסגעקוקט
אױף אַ פֿאָלק װאָס קען נישט העלפֿן.
18מע שפּירט נאָך אונדזערע טריט,
אַז מיר קענען נישט גײן אױף אונדזערע גאַסן;
נאָנט איז אונדזער סוף, פֿול זײַנען אונדזערע טעג;
יאָ, געקומען איז אונדזער סוף.
19פֿלינקער זײַנען אונדזערע נאָכיאָגער
װי די אָדלערס פֿון הימל;
אױף די בערג האָבן זײ אונדז געיאָגט,
אין מדבר האָבן זײ געלױערט אױף אונדז.
20דער אָטעם פֿון אונדזער נאָז, דער געזאַלבטער פֿון ה׳,
איז געפֿאַנגען געװאָרן אין זײערע גריבער;
דער, װאָס מיר האָבן געזאָגט: אין זײַן שאָטן
װעלן מיר לעבן צװישן די פֿעלקער.
21קװעל אָן און פֿרײ זיך, טאָכטער אֶדוֹם,
דו װאָס װױנסט אין לאַנד עוץ;
צו דיר אױך װעט אַריבער דער כָּוס,
װעסט שיכּור װערן, און זיך אָפּדעקן.
22געענדיקט איז דײַן זינד, טאָכטער צִיוֹן,
ער װעט דיך מער נישט פֿאַרטרײַבן;
ער װעט דערמאָנען דײַן פֿאַרברעך, טאָכטער אֶדוֹם,
ער װעט אַנטפּלעקן דײַנע זינד.
Notes & Cross-References
OpenBible.info Cross-References (ranked by vote)
◄ Lamentations 3Lamentations 5 ►