1בײַ די טײַכן פֿון בָבֿל,
דאָרטן זײַנען מיר געזעסן און געװײנט,
אַז מיר האָבן זיך דערמאָנט אָן צִיוֹן.
2אױף די װערבעס װאָס אין איר
האָבן מיר אױפֿגעהאַנגען אונדזערע האַרפֿן;
3װאָרעם דאָרטן האָבן אונדזערע פֿאַנגער
פֿאַרלאַנגט פֿון אונדז װערטער פֿון געזאַנג,
און אונדזערע פּײַניקער, פֿרײלעכקײט:
זינגט אונדז פֿון דעם געזאַנג פֿון צִיוֹן.
4װי זאָלן מיר זינגען דאָס געזאַנג פֿון ה׳
אױף פֿרעמדער ערד?
5אױב איך װעל דיך פֿאַרגעסן, ירושָלַיִם,
זאָל מײַן רעכטע האַנט זיך פֿאַרגעסן צו רירן.
6זאָל צוגעקלעפּט װערן מײַן צונג צו מײַן גומען,
אױב איך װעל דיך נישט געדענקען,
אױב איך װעל נישט דערמאָנען ירושָלַיִם
אױף מײַן העכסטער שׂימחה.
7געדענק, ה׳, די קינדער פֿון אֶדוֹם
דעם טאָג פֿון ירושָלַיִם;
די װאָס האָבן געזאָגט: װאַרפֿט אײַן,
װאַרפֿט אײַן ביז צום גרונט אין איר.
8טאָכטער בָבֿל, דו אָנגעברײטע צו פֿאַרװיסטונג,
װױל צו דעם װאָס װעט דיר אָפּצאָלן
דײַן טוּונג װאָס דו האָסט אונדז געטאָן;
9װױל צו דעם װאָס װעט אָננעמען און צעהאַקן
דײַנע קלײנע קינדער אָן פֿעלדז.