AFIIOrthodox Hasidic Yiddish Tanakh › Psalms 149
◄ Psalms 148
Psalms 149
תְּהִלִּים 149
Psalms 150 ►
1הַלְלוּ יָהּ (ה׳).
זינגט צו ה׳ אַ נײַ געזאַנג,
זײַן לױב אין דער אײַנזאַמלונג פֿון די פֿרומע.
2זאָל זיך פֿרײען יִשׂרָאֵל מיט זײַן באַשעפֿער,
די קינדער פֿון צִיוֹן זאָלן לוסטיק זײַן מיט זײער מלך.
3זאָלן זײ לױבן זײַן נאָמען מיט טאַנץ,
מיט פּױק און האַרף זאָלן זײ שפּילן צו אים.
4װאָרעם ה׳ באַװיליקט זײַן פֿאָלק,
ער באַשײנט די געדריקטע מיט הילף.
5זאָלן די פֿרומע זיך פֿרײען אין כּבֿוד,
זאָלן זײ זינגען אױף זײערע געלעגערס.
6דער הײבונגען פֿון אֵל אין זײער מױל,
און אַ צװײשאַרפֿיקע שװערד אין זײער האַנט,
7צו טאָן אַ נקמה אָן די פֿעלקער,
שטראָפֿונגען אױף די אומות;
8צו שמידן זײערע מלכים אין קײטן,
און זײערע אָנגעזעענע אין אײַזערנע רינגען;
9צו טאָן אױף זײ דעם אָנגעשריבענעם משפּט.
שײן װעט דאָס זײַן פֿאַר אַלע זײַנע פֿרומע.
הַלְלוּ יָהּ (ה׳).
OpenBible.info Cross-References (ranked by vote)
◄ Psalms 148Psalms 150 ►