1אַ געזאַנג פֿון די אַרױפֿגאַנגען.
1 געדענק, ה׳, דָוִדן אַל זײַן פּלאָגן זיך.
2װי ער האָט געשװאָרן צו ה׳,
אַ נדר געטאָן צום מאַכטיקן פֿון יעקבֿ:
3אױב איך װעל קומען אין געצעלט פֿון מײַן הױז,
אױב איך װעל אַרױף אױף דעם בעט פֿון מײַן געלעגער,
4אױב איך װעל געבן שלאָף צו מײַנע אױגן,
צו מײַנע ברעמען שלומער,
5ביז איך װעל געפֿינען אַן אָרט פֿאַר ה׳,
אַ װױנונג פֿאַר דעם מאַכטיקן פֿון יעקבֿ!
6זע, מיר האָבן געהערט אַז עס איז אין אֶפֿרָת,
מיר האָבן עס געפֿונען אין פֿעלד פֿון יַעַר.
7לאָמיר קומען צו זײַן װױנונג,
לאָמיר זיך בוקן צו זײַן פֿוסבענקל.
8שטײ אױף, ה׳, צו דײַן רו,
דו און דער אָרון פֿון דײַן שטאַרקײט.
9דײַנע כּהנים זאָלן זיך אָנקלײדן אין גערעכטיקײט,
און דײַנע פֿרומע זאָלן זינגען.
10פֿון װעגן דָוִדן דײַן קנעכט,
[1]
זאָלסט נישט אָפּשטױסן דעם פּנים פֿון דײַן געזאַלבטן.
11ה׳ האָט אמת געשװאָרן צו דָוִדן,
ער װעט זיך נישט אָפּקערן דערפֿון:
פֿון דער פֿרוכט פֿון דײַן לײַב
װעל איך זעצן אױף דײַן טראָן
[2].
12אױב דײַנע זין װעלן היטן מײַן ברית,
און מײַן צײגנים {עֵדוּת פֿון עשרת הדברים, סהדא, צײגע, עד התּביעה}
[3] װאָס איך װעל זײ לערנען,
װעלן אױך זײערע זין ביז אײביק זיצן אױף דײַן טראָן.
[4]
13װאָרעם ה׳ האָט אױסדערװײלט צִיוֹן,
זי געגלוסט פֿאַר זײַן װױנונג:
14דאָס איז מײַן רוּונג ביז אײביק,
דאָ װעל איך זיצן, װײַל איך גלוסט זי.
15בענטשן װעל איך בענטשן איר שפּײַז,
אירע באַדערפֿטיקע װעל איך זעטן מיט ברױט.
16און אירע כּהנים װעל איך אָנקלײדן אין הילף,
און זינגען װעלן זינגען אירע פֿרומע.
17דאָרטן װעל איך מאַכן שפּראָצן אַ האָרן פֿאַר דָוִדן,
איך האָב אָנגעברײט אַ ליכט פֿאַר מײַן געזאַלבטן.
18זײַנע פֿײַנט װעל איך אָנקלײדן אין שאַנד,
און אױף אים װעט שײַנען זײַן קרױן.