AFIIOrthodox Hasidic Yiddish Tanakh › 2 Samuel 7
◄ 2 Samuel 6
2 Samuel 7
שְמוּאֵל ב 7
2 Samuel 8 ►

1און עס איז געװען, אַז דער מלך האָט זיך באַזעצט אין זײַן הױז, און ה׳ האָט אים באַרוט רונד אַרום פֿון אַלע זײַן פֿײַנט, 2האָט דער מלך געזאָגט צו נָתָן דעם נבֿיא: זע נאָר, איך װױן אין אַ הױז פֿון צעדערן, און דער אָרון פֿון האלֹקים װױנט אין פֿאָרהאַנגען. 3האָט נָתָן געזאָגט צום מלך: אַלץ װאָס אין דײַן האַרצן גײ טו, װאָרעם ה׳ איז מיט דיר.

4און עס איז געװען, אין יענער נאַכט, איז דאָס װאָרט פֿון ה׳ געװען צו נָתָנען, אַזױ צו זאָגן: 5גײ און זאָלסט זאָגן צו מײַן קנעכט,[1] צו דָוִדן: אַזױ האָט ה׳ געזאָגט: װילסט דו דען מיר בױען אַ הױז צום װױנען פֿאַר מיר? 6אַז איך האָב נישט געװױנט אין אַ הױז פֿון דעם טאָג װאָס איך האָב אױפֿגעבראַכט די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל פֿון מִצרַיִם און ביז אױף הײַנטיקן טאָג, נײַערט איך פֿלעג אומגײן אין אַ געצעלט און אין אַ מישכּן. 7אומעטום װוּ איך בין אומגעגאַנגען צװישן אַלע קינדער פֿון יִשׂרָאֵל, צי האָב איך אַ װאָרט גערעדט מיט אײנעם פֿון די שבֿטים פֿון יִשׂרָאֵל, װאָס איך האָב באַפֿױלן צו פֿיטערן מײַן פֿאָלק יִשׂרָאֵל, אַזױ צו זאָגן: פֿאַר װאָס האָט איר מיר נישט געבױט אַ הױז פֿון צעדערן? 8און אַצונד, זאָלסטו אַזױ זאָגן צו מײַן קנעכט,[2] צו דָוִדן: אַזױ האָט געזאָגט ה׳ צבָֿאוֹת: איך האָב דיך גענומען פֿון דעם פֿיטערפּלאַץ, פֿון הינטער די שאָף, צו זײַן אַ פֿירשט איבער מײַן פֿאָלק, איבער יִשׂרָאֵל. 9און איך בין געװען מיט דיר אומעטום װוּ דו ביסט געגאַנגען, און איך האָב פֿאַרשניטן {כרת}[3] אַלע דײַנע פֿײַנט פֿון פֿאַר דיר; און איך װעל דיר מאַכן אַ גרױסן נאָמען, אַזױ װי דער נאָמען פֿון די גרעסטע װאָס אױף דער ערד. 10און איך װעל מאַכן אַן אָרט פֿאַר מײַן פֿאָלק, פֿאַר יִשׂרָאֵל, און װעל אים אײַנפֿלאַנצן, ער זאָל רוען אױף זײַן אָרט, און מער נישט ציטערן; און פֿאַרברעכער זאָלן אים מער נישט פּײַניקן אַזױ װי צוערשט, 11פֿון דעם טאָג װאָס איך האָב באַפֿױלן שוֹפֿטים איבער מײַן פֿאָלק יִשׂרָאֵל; און איך װעל דיך באַרוען פֿון אַלע דײַנע פֿײַנט. און ה׳ זאָגט דיר אָן, אַז ה׳ װעט דיר מאַכן אַ הױז. 12אַז דײַנע טעג װעלן דערפֿילט װערן, און װעסט זיך לײגן מיט דײַנע עלטערן, װעל איך אױפֿשטעלן דײַן זאָמען[4] נאָך דיר, דעם װאָס װעט אַרױסגײן פֿון דײַנע אינגעװײד, און איך װעל באַפֿעסטיקן זײַן מלוכה. 13ער װעט בױען אַ הױז צו מײַן נאָמען, און איך װעל באַפֿעסטיקן דעם טראָן[5] פֿון זײַן מלוכה ביז אױף אײביק. 14איך װעל אים זײַן פֿאַר אַ פֿאָטער, און ער װעט מיר זײַן פֿאַר אַ זון[6], אַז װען ער פֿאַרברעכט, װעל איך אים שטראָפֿן מיט דער רוט פֿון מענטשן, און מיט די פּלאָגן פֿון מענטשנקינדער. 15אָבער מײַן חֶסֶד װעט זיך נישט אָפּטאָן פֿון אים, אַזױ װי איך האָב אָפּגעטאָן פֿון שָאולן, װעמען איך האָב אָפּגעטאָן פֿון פֿאַר דיר. 16און דײַן הױז און דײַן מלוכה װעלן ביז אײביק זײַן זיכער פֿאַר דיר; דײַן טראָן[7] װעט זײַן פֿעסט ביז אײביק[8].

17אַזױ װי אַלע די דאָזיקע װערטער, און אַזױ װי די דאָזיקע גאַנצע זעונג, אַזױ האָט נָתָן גערעדט צו דָוִדן.

18און דער מלך דָוִד איז געקומען, און האָט זיך געזעצט פֿאַר ה׳, און האָט געזאָגט: װער בין איך, ה׳ דו אֲדֹנָי, און װער איז מײַן הױז, װאָס דו האָסט מיך געבראַכט ביז אַהער? 19און דאָס איז נאָך געװען קלײן אין דײַנע אױגן, ה׳ דו אֲדֹנָי, און דו האָסט אױך גערעדט װעגן דײַן קנעכטס הױז אױף װײַטער אַהין, װאָס דאָס איז נאָר דער שטײגער מיט אַ לײַט, ה׳ דו אֲדֹנָי. 20און װאָס מער נאָך זאָל דָוִד רעדן צו דיר? דו קענסט דאָך דײַן קנעכט,[9] ה׳ דו אֲדֹנָי.

21פֿון װעגן דײַן װאָרט, און לױט דײַן האַרצן, האָסטו געטאָן, צו לאָזן װיסן דײַן קנעכט[10] די דאָזיקע גאַנצע גדולה. 22דעריבער ביסטו גרױס, ה׳ דו אֲדֹנָי, װאָרעם נישטאָ אַזאַ װי דו, און נישטאָ קײן אלֹקים אַחוץ דיר, לױט אַלץ װאָס מיר האָבן געהערט מיט אונדזערע אױערן.

23און װאָסער אײנציקע אומה אױף דער ערד איז אַזױ װי דײַן פֿאָלק יִשׂרָאֵל, װאָס ה׳ איז געגאַנגען אױסלײזן זיך צום פֿאָלק, און זיך צו מאַכן אַ נאָמען, און צו טאָן – פֿון אײַערט װעגן-גרױס, און פֿאָרכטיקע זאַכן, פֿאַר דײַן לאַנד, [צו פֿאַרטרײַבן] פֿון פֿאַר דײַן פֿאָלק װאָס דו האָסט דיר אױסגעלײזט פֿון מִצרַיִם, אומות מיט זײערע ג‑טער? 24און דו האָסט דיר באַפֿעסטיקט דײַן פֿאָלק יִשׂרָאֵל דיר צום פֿאָלק אױף אײביק, און דו, ה׳, ביסט געװאָרן זײ צום אלֹקים.

25און אַצונד, ה׳ דו אלֹקים, דאָס װאָרט װאָס דו האָסט גערעדט װעגן דײַן קנעכט און װעגן זײַן הױז, זײַ מקײם אױף אײביק, און טו אַזױ װי דו האָסט גערעדט. 26און זאָל געגרײסט װערן דײַן נאָמען ביז אײביק, אַזױ צו זאָגן: ה׳ צבָֿאוֹת איז אלֹקים איבער יִשׂרָאֵל; און דאָס הױז פֿון דײַן קנעכט דָוִדן זאָל זײַן פֿעסט פֿאַר דיר.

27װאָרעם דו, ה׳ צבָֿאוֹת, אלוקי יִשׂרָאֵל, האָסט אַנטפּלעקט דעם אױער פֿון דײַן קנעכט, אַזױ צו זאָגן: איך װעל דיר בױען אַ הױז; דערום האָט דײַן קנעכט געפֿונען בײַ זיך האַרץ מתפּלל צו זײַן צו דיר די דאָזיקע תּפֿילה. 28און אַצונד, ה׳ אֲדֹנָי, דו ביסט האלֹקים, און דײַנע װערטער מוזען זײַן אמת, און דו האָסט צוגעזאָגט דײַן קנעכט דאָס דאָזיקע גוטס; 29דערום באַװיליק אַצונד, און בענטש דאָס הױז פֿון דײַן קנעכט צו זײַן אױף אײביק פֿאַר דיר, װאָרעם ה׳ דו אֲדֹנָי האָסט גערעדט; און פֿון דײַן ברכה זאָל דאָס הױז פֿון דײַן קנעכט[11] געבענטשט װערן אױף אײביק.

Notes & Cross-References
OpenBible.info Cross-References (ranked by vote)
◄ 2 Samuel 62 Samuel 8 ►