1און עס איז געװען, אַז דָוִד האָט זיך באַזעצט אין זײַן הױז, האָט דָוִד געזאָגט צו נָתָן דעם נבֿיא: זע, איך זיץ אין אַ הױז פֿון צעדערן, און דער אָרון פֿון ה׳ס ברית איז אונטער פֿאָרהאַנגען. 2האָט נָתָן געזאָגט צו דָוִדן: אַלץ װאָס אין דײַן האַרצן, טו, װאָרעם האלֹקים איז מיט דיר.
3און עס איז געװען אין יענער נאַכט, איז דאָס װאָרט פֿון אלֹקים געװען צו נָתָנען, אַזױ צו זאָגן: 4גײ און זאָלסט זאָגן צו מײַן קנעכט[1] דָוִדן: אַזױ האָט ה׳ געזאָגט: נישט דו װעסט מיר בױען אַ הױז צום װױנען; 5װאָרעם איך האָב נישט געװױנט אין אַ הױז פֿון דעם טאָג װאָס איך האָב אױפֿגעבראַכט יִשׂרָאֵל ביז אױף הײַנטיקן טאָג; נײערט איך בין געגאַנגען פֿון געצעלט צו געצעלט, און פֿון אײן מישכּן צום אַנדערן.
6אומעטום װוּ איך בין אומגעגאַנגען צװישן גאַנץ יִשׂרָאֵל, האָב איך װען אַ װאָרט גערעדט מיט אײנעם פֿון די ריכטער פֿון יִשׂרָאֵל, װאָס איך האָב באַפֿױלן צו פֿיטערן מײַן פֿאָלק, אַזױ צו זאָגן: פֿאַר װאָס האָט איר מיר נישט געבױט אַ הױז פֿון צעדערן? 7און אַצונד, זאָלסטו אַזױ זאָגן צו מײַן קנעכט, צו דָוִדן: אַזױ האָט געזאָגט ה׳ צבָֿאוֹת: איך האָב דיך גענומען פֿון דעם פֿיטערפּלאַץ, פֿון הינטער די שאָף, צו זײַן אַ פֿירשט איבער מײַן פֿאָלק יִשׂרָאֵל. 8און איך בין געװען מיט דיר אומעטום װוּ דו ביסט געגאַנגען, און איך האָב פֿאַרשניטן {כרת}[2] אַלע דײַנע פֿײַנט פֿון פֿאַר דיר; און איך װעל דיר מאַכן אַ נאָמען, אַזױ װי דער נאָמען פֿון די גרעסטע װאָס אױף דער ערד. 9און איך װעל מאַכן אַן אָרט פֿאַר מײַן פֿאָלק יִשׂרָאֵל, און װעל אים אײַנפֿלאַנצן ער זאָל רוען אױף זײַן אָרט, און מער נישט ציטערן, און פֿאַרברעכער זאָלן אים מער נישט אומברענגען אַזױ װי פֿריער, 10פֿון די טעג װאָס איך האָב באַפֿױלן ריכטער איבער מײַן פֿאָלק יִשׂרָאֵל. און איך װעל מאַכן אונטערטעניק אַלע דײַנע פֿײַנט. און איך זאָג דיר אָן, אַז ה׳ װעט דיר בױען אַ הױז. 11און עס װעט זײַן, אַז דײַנע טעג װעלן דערפֿילט װערן צו גײן צו דײַנע עלטערן, װעל איך אױפֿשטעלן דײַן זאָמען[3] נאָך דיר, װאָס װעט זײַן פֿון דײַנע קינדער, און איך װעל באַפֿעסטיקן זײַן מלוכה. 12ער װעט מיר בױען אַ הױז, און איך װעל באַפֿעסטיקן זײַן טראָן[4] אױף אײביק[5]. 13איך װעל אים זײַן פֿאַר אַ פֿאָטער, און ער װעט מיר זײַן פֿאַר אַ זון[6], און איך װעל נישט אָפּטאָן מײַן חֶסֶד פֿון אים, אַזױ װי איך האָב אָפּגעטאָן פֿון דעם װאָס איז געװען פֿאַר דיר. 14און איך װעל אים אױפֿשטעלן אין מײַן הױז און אין מײַן קיניגרײַך ביז אױף אײביק, און זײַן טראָן[7] װעט זײַן פֿעסט ביז אײביק.
15אַזױ װי אַלע די דאָזיקע װערטער, און אַזױ װי די דאָזיקע גאַנצע זעונג, אַזױ האָט נָתָן גערעדט צו דָוִדן.
16און דער מלך דָוִד איז געקומען, און האָט זיך געזעצט פֿאַר ה׳, און האָט געזאָגט: װער בין איך, אָ ה׳ אלֹקים, און װער איז מײַן הױז, װאָס דו האָסט מיך געבראַכט ביז אַהער? 17און דאָס, אלֹקים, איז נאָך געװען קלײן אין דײַנע אױגן, און דו האָסט גערעדט װעגן דעם הױז פֿון דײַן קנעכט אױף װײַטער אַהין, און האָסט מיך באַטראַכט אין שטײגער פֿון אַ געהױבענעם מאַן, אָ ה׳ אלֹקים. 18װאָס מער נאָך קען דָוִד דיר זאָגן װעגן דעם כּבֿוד צו דײַן קנעכט? דו קענסט דאָך דײַן קנעכט. 19ה׳, פֿון װעגן דײַן קנעכט, און לױט דײַן האַרצן האָסטו געטאָן אַל די דאָזיקע גרױסקײט, צו לאָזן װיסן די אַלע גרױסע זאַכן. 20ה׳, עס איז נישטאָ אַזאַ װי דו, און נישטאָ קײן ג-ט אַחוץ דיר, לױט אַלץ װאָס מיר האָבן געהערט מיט אונדזערע אױערן.
21און װאָסער אײנציקע אומה אױף דער ערד איז אַזױ װי דײַן פֿאָלק יִשׂרָאֵל, װאָס האלֹקים איז געגאַנגען אױסלײזן פֿאַר זיך צום פֿאָלק, דיר צו מאַכן אַ נאָמען דורך גרױסע און פֿאָרכטיקע זאַכן – צו פֿאַרטרײַבן אומות פֿון פֿאַר דײַן פֿאָלק װאָס דו האָסט אױסגעלײזט פֿון מִצרַיִם? 22װאָרעם דו האָסט געמאַכט דײַן פֿאָלק יִשׂרָאֵל דיר צום פֿאָלק אױף אײביק, און דו, ה׳, ביסט געװאָרן זײ צום אלֹקים. 23און אַצונד, ה׳, זאָל דאָס װאָרט װאָס דו האָסט גערעדט װעגן דײַן קנעכט און װעגן זײַן הױז באַװאָרט װערן אױף אײביק, און טו אַזױ װי דו האָסט גערעדט. 24יאָ, זאָל עס באַװאָרט װערן, און זאָל דײַן נאָמען געגרײסט װערן אױף אײביק, אַזױ צו זאָגן: ה׳ צבָֿאוֹת איז אלוקי יִשׂרָאֵל – אַ ג-ט פֿאַר יִשׂרָאֵל, און דאָס הױז פֿון דָוִד דײַן קנעכט[8] זאָל זײַן פֿעסט פֿאַר דיר. 25װאָרעם דו, מײַן ג-ט, האָסט אַנטפּלעקט דעם אױער פֿון דײַן קנעכט, אים צו בױען אַ הױז, דערום האָט דײַן קנעכט זיך דערװעגט מתפּלל צו זײַן פֿאַר דיר. 26און אַצונד, ה׳, דו ביסט האלֹקים, און דו האָסט צוגעזאָגט דײַן קנעכט דאָס דאָזיקע גוטס, 27און האָסט אַצונד באַװיליקט צו בענטשן דאָס הױז פֿון דײַן קנעכט, צו זײַן אױף אײביק פֿאַר דיר; אַז דו, ה׳, האָסט געבענטשט, זאָל עס זײַן געבענטשט אױף אײביק.