AFIIOrthodox Hasidic Yiddish Tanakh › 1 Chronicles 18
◄ 1 Chronicles 17
1 Chronicles 18
דִבֿרֵי הַיָמִים א 18
1 Chronicles 19 ►

1און עס איז געװען נאָך דעם, האָט דָוִד געשלאָגן די פּלִשתּים, און האָט זײ געמאַכט אונטערטעניק, און האָט צוגענומען גַת מיט אירע טעכטערשטעט פֿון דער האַנט פֿון די פּלִשתּים.

2און ער האָט געשלאָגן מוֹאָבֿ, און מוֹאָבֿ איז געװאָרן צו דָוִדן קנעכט װאָס ברענגען מִנְחָה.

3און דָוִד האָט געשלאָגן הַדַדעֶזֶר דעם מלך פֿון צוֹבֿה אין חַמָת, בעת ער איז געגאַנגען אױפֿשטעלן זײַן אײבערהאַנט בײַם טײַך פּרָת. 4און דָוִד האָט באַצװוּנגען פֿון אים טױזנט רײַטװעגן, און זיבן טױזנט רײַטער, און צװאַנציק טױזנט מאַן פֿוסגײער; און דָוִד האָט געלײמט אַלע געשפּאַנען, נאָר הונדערט געשפּאַן האָט ער איבערגעלאָזט פֿון זײ.

5איז אֲרַם פֿון דַרמֶשֶׂק געקומען העלפֿן הַדַדעֶזֶר דעם מלך פֿון צוֹבֿה, און דָוִד האָט געשלאָגן פֿון די אַרַמים צװײ און צװאַנציק טױזנט מאַן. 6און דָוִד האָט געשטעלט [װאַכן] אין אַרַם-דַרמֶשֶׂק, און אַרָם איז געװאָרן צו דָוִדן קנעכט װאָס ברענגען מִנְחָה. און ה׳ האָט געהאָלפֿן דָוִדן אומעטום װוּ ער איז געגאַנגען.

7און דָוִד האָט גענומען די גילדערנע שילדן װאָס זײַנען געװען אױף הַדַדעֶזֶרס קנעכט, און האָט זײ געבראַכט קײן ירושָלַיִם. 8און פֿון טִבֿחת, און פֿון כּון, הַדַדעֶזֶרס שטעט, האָט דָוִד צוגענומען זײער פֿיל קופּער. דערפֿון האָט שלמה געמאַכט דעם קופּערנעם ים, און די זײַלן, און די קופּערנע כּלים.

9און תּוֹעו דער מלך פֿון חַמָת האָט געהערט אַז דָוִד האָט געשלאָגן דעם גאַנצן חיל פֿון הַדַדעֶזֶר דעם מלך פֿון צוֹבֿה, 10און ער האָט געשיקט זײַן זון הַדוֹרָמען צום מלך דָוִד אים צו פֿרעגן אױף פֿריד און אים אָנצוּװינטשן, פֿאַר װאָס ער האָט מלחמה געהאַלטן מיט הַדַדעֶזֶרן, און אים געשלאָגן – װאָרעם הַדַדעֶזֶר האָט געהאַט מלחמות מיט תּוֹעון – מיט אַלערלײ גילדערנע און זילבערנע און קופּערנע כּלים. 11זײ אױך האָט דער מלך דָוִד געהײליקט צו ה׳, מיט דעם זילבער און דעם גאָלד װאָס ער האָט אַװעקגענומען פֿון אַלע פֿעלקער: פֿון אֶדוֹם, און פֿון מוֹאָבֿ, און פֿון די קינדער פֿון עַמוֹן, און פֿון די פּלִשתּים, און פֿון עַמָלֵק.

12און אַבֿישַי דער זון פֿון צרוּיָהן האָט געשלאָגן פֿון אֶדוֹם אין דעם טאָל פֿון זאַלץ אַכצן טױזנט. 13און ער האָט געשטעלט װאַכן אין אֶדוֹם, און גאַנץ אֶדוֹם איז געװאָרן קנעכט צו דָוִדן. און ה׳ האָט געהאָלפֿן דָוִדן אומעטום װוּ ער איז געגאַנגען. 14און דָוִד האָט געקיניגט איבער גאַנץ יִשׂרָאֵל, און ער האָט געטאָן רעכט און גערעכטיקײט צו זײַן גאַנצן פֿאָלק.

15און יוֹאָבֿ דער זון פֿון צרוּיָהן איז געװען איבערן חיל; און יהוֹשָפֿט דער זון פֿון אַחילוּדן, דער דערמאָנער. 16און צָדוֹק דער זון פֿון אַחיטובֿן, און אַבֿימֶלֶך דער זון פֿון אֶבֿיָתָרן, כּהנים; און שַוְשאָ, דער שרײַבער. 17און בנָיָהוּ דער זון פֿון יהוֹיָדָען, איבער די כּרֵתים און די פּלֵתים; און די זין פֿון דָוִדן, די ערשטע בײַ דער האַנט פֿון מלך.

OpenBible.info Cross-References (ranked by vote)
◄ 1 Chronicles 171 Chronicles 19 ►