AFIIOrthodox Hasidic Yiddish Tanakh › 1 Chronicles 26
◄ 1 Chronicles 25
1 Chronicles 26
דִבֿרֵי הַיָמִים א 26
1 Chronicles 27 ►

1פֿאַר די אָפּטײלונגען פֿון די טױערלײַט: פֿון די קָרחים: משֶלֶמיָהו דער זון פֿון קוֹרֵאן, פֿון די זין פֿון אָסָפֿן. 2און משֶלֶמיָהו האָט געהאַט זין: זכַריָהו דער בכוֹר, ידיעֲאֵל דער צװײטער, זבֿדיָהו דער דריטער, יַתניאֵל דער פֿירטער; 3עֵילָם דער פֿינפֿטער, יהוֹחָנָן דער זעקסטער, אֶליְהוֹעֵינַי דער זיבעטער. 4און עוֹבֿד-אֶדוֹם האָט געהאַט זין: שמַעיָה דער בכוֹר, יהוֹזָבָֿד דער צװײטער, יוֹאָח דער דריטער, און שָׂכָר דער פֿירטער, און נתַנאֵל דער פֿינפֿטער; 5עַמיאֵל דער זעקסטער, יִשׂשָׂכָר דער זיבעטער, פּעולתַי דער אַכטער; װאָרעם אלֹקים האָט אים געבענטשט. 6און בײַ זײַן זון שמַעיָהן זײַנען געבאָרן געװאָרן זין װאָס האָבן געװעלטיקט איבער דעם הױז פֿון זײער פֿאָטער, װאָרעם זײ זײַנען געװען העלדישע גיבוֹרים. 7די זין פֿון שמַעיָהן זײַנען געװען: עָתני, און רפֿאֵל, און עוֹבֿד, אֶלזָבֿד, זײַנע ברידער, העלדישע יונגען, און אֶליהו, און סמַכיָהו. 8די אַלע פֿון די קינדער פֿון עוֹבֿד-אֶדוֹמען, זײ און זײערע זין און זײערע ברידער, העלדישע לײַט מיט כּוֹח צום דינסט; צװײ און זעכציק פֿון עוֹבֿד-אֶדוֹמען. 9און משֶלֶמיָהו האָט געהאַט זין און ברידער, העלדישע יונגען, אַכצן. 10און חוֹסָה פֿון די זין פֿון מרָרין האָט געהאַט זין: שִמרי איז געװען דער הױפּט; הגם ער איז נישט געװען דער בכוֹר, אָבער זײַן פֿאָטער האָט אים געמאַכט פֿאַרן הױפּט; 11חִלקִיָהו דער צװײטער, טבֿליָהו דער דריטער, זכַריָהו דער פֿירטער; אַלע זין און ברידער פֿון חוֹסָהן – דרײַצן.

12די דאָזיקע אָפּטײלונגען פֿון די טױערלײַט, די הױפּטמענער, האָבן געהאַט װאַכן אַזױ װי זײערע ברידער, צו באַדינען אין הױז פֿון ה׳. 13און זײ האָבן געװאָרפֿן גורל, אַזױ דער קלענסטער אַזױ דער גרעסטער, לױט זײערע פֿאָטערהײַזער, טױער פֿאַר טױער. 14און דער גורל אױף מזרח איז געפֿאַלן שֶלֶמיָהון. און פֿאַר זײַן זון זכַריָהון, אַ קלוגן בַעַל-יוֹעץ, האָבן זײ געװאָרפֿן גורל, און זײַן גורל איז געפֿאַלן אױף צפֿון. 15עוֹבֿד-אֶדוֹמען צו דָרום, און זײַנע זין דאָס זאַמלהױז. 16און שופּימען און חוֹסָהן, צו מערבֿ, בײַם טױער שַלֶכֶת, לעבן דעם װעג װאָס גײט אַרױף צו, אַ װאַך קעגן אַ װאַך. 17צו מזרח זעקס לוִיִים, צו צפֿון פֿיר אַ טאָג, צו דָרום פֿיר אַ טאָג, און בײַ דעם זאַמלהױז צו צװײ און צװײ. 18פֿאַר דעם פֿאָרהױף צו מערבֿ, פֿיר בײַם װעג, צװײ בײַם פֿאָרהױף. 19דאָס זײַנען געװען די אָפּטײלונגען פֿון די טױערלײַט פֿון די קינדער פֿון די קָרחים און פֿון די קינדער פֿון מרָרי.

20און פֿון די לוִיִים, איז אַחִיָה געװען איבער די שאַצן פֿון הױז פֿון אלֹקים, און איבער די שאַצן פֿון די געהײליקטע זאַכן. 21די קינדער פֿון לַעְדָן, די קינדער פֿון די גֵרשונים פֿון לַעְדָן, די הױפּטן פֿון די פֿאָטערהײַזער פֿון לַעְדָן דעם גֵרשוני, זײַנען געװען די יחיאֵלים. 22די קינדער פֿון די יחיאֵלים, זֵתָם, און זײַן ברודער יוֹאֵל, זײַנען געװען איבער די שאַצן פֿון הױז פֿון ה׳. 23פֿון די עַמרָמים, פֿון די יִצהָרים, פֿון די חֶבֿרוֹנים, פֿון די עוזיאֵלים, 24איז שבֿואֵל דער זון פֿון גֵרשוֹם דעם זון פֿון משהן, געװען דער פֿירשט איבער די שאַצן. 25און זײַנע ברידער, פֿון אֶליעֶזֶרן, זײַנען געװען: זײַן זון רחבֿיָהו, און זײַן זון ישַעיָהו, און זײַן זון יוֹרָם, און זײַן זון זִכרי, און זײַן זון שלוֹמית. 26דער דאָזיקער שלוֹמוֹת און זײַנע ברידער זײַנען געװען איבער אַלע שאַצן פֿון די געהײליקטע זאַכן װאָס דָוִד המלך, און די הױפּטן פֿון די פֿאָטערהײַזער, די הױפּטלײַט פֿון די טױזנטן און די הונדערטן, און די חיל-לידער, האָבן געהײליקט. 27פֿון די מלחמות און פֿון דעם רױב האָבן זײ עס געהײליקט אױף צו פֿאַרריכטן דאָס הױז פֿון ה׳. 28און אַלץ װאָס שמוּאֵל דער זעער, און שָאול דער זון פֿון קישן, און אַבֿנֵר דער זון פֿון נֵרן, און יוֹאָבֿ דער זון פֿון צרוּיָהן, האָבן געהײליקט, װער נאָר עס האָט געהײליקט, איז דאָס געװען אונטער דער האַנט פֿון שלוֹמיתן און זײַנע ברידער.

29פֿון די יִצהָרים, זײַנען כּנַניָהו און זײַנע זין געװען פֿאַרן אױסנװײניקסטן דינסט איבער יִשׂרָאֵל, פֿאַר אױפֿזעער און פֿאַר ריכטער. 30פֿון די חֶבֿרוֹנים זײַנען חַשַבֿיָהן און זײַנע ברידער, העלדישע יונגען, טױזנט און זיבן הונדערט, געװען פֿאַר דער אױפֿזעונג איבער יִשׂרָאֵל פֿון יענער זײַט יַרדן צו מערבֿ, פֿאַר יעטװעדער אַרבעט פֿון ה׳, און פֿאַר דעם דינסט פֿון מלך. 31פֿון די חֶבֿרוֹנים, איז ירִיָה געװען דער הױפּט – פֿון די חֶבֿרוֹנים לױט זײערע געבורטן נאָך די פֿאָטערהײַזער. אין פֿערציקסטן יאָר פֿון דָוִדס מלוכה זײַנען זײ נאָכגעזוכט געװאָרן, און עס זײַנען געפֿונען געװאָרן צװישן זײ העלדישע גיבוֹרים אין יַעְזֵיר-גִלעָד. 32און זײַנע ברידער, העלדישע יונגען, זײַנען געװען צװײ טױזנט און זיבן הונדערט, הױפּטן פֿון פֿאָטערהײַזער; און דָוִד המלך האָט זײ אױפֿגעזעצט איבער די ראובֿנים, און די גָדים, און דעם האַלבן שבֿט מנַשֶה, פֿאַר אַלע זאַכן פֿון האלֹקים און זאַכן פֿון מלך.

OpenBible.info Cross-References (ranked by vote)
◄ 1 Chronicles 251 Chronicles 27 ►