AFIIOrthodox Hasidic Yiddish Tanakh › 1 Chronicles 15
◄ 1 Chronicles 14
1 Chronicles 15
דִבֿרֵי הַיָמִים א 15
1 Chronicles 16 ►

1און ער האָט זיך געמאַכט הײַזער אין דָוִדס-שטאָט, און ער האָט צוגעגרײט אַן אָרט פֿאַר דעם אָרון פֿון האלֹקים, און אױפֿגעשטעלט פֿאַר אים אַ געצעלט. 2דענצמאָל האָט דָוִד געזאָגט, אַז קײנער זאָל נישט טראָגן דעם אָרון פֿון האלֹקים, נאָר די לוִיִים, װײַל זײ האָט ה׳ אױסדערװײלט צו טראָגן דעם אָרון פֿון ה׳, און אים צו באַדינען אױף אײביק. 3און דָוִד האָט אײַנגעזאַמלט גאַנץ יִשׂרָאֵל קײן ירושָלַיִם, כּדי אַרױפֿצוברענגען דעם אָרון פֿון ה׳ אױף זײַן אָרט, װאָס ער האָט צוגעגרײט פֿאַר אים. 4און דָוִד האָט צונױפֿגעקליבן די קינדער פֿון אַהרֹן, און די לוִיִים. 5פֿון די קינדער פֿון קהָת: אוריאֵל דעם הױפּטמאַן, און זײַנע ברידער, הונדערט און צװאַנציק. 6פֿון די קינדער פֿון מרָרי: עַשָׂיָה דעם הױפּטמאַן, און זײַנע ברידער, צװײ הונדערט און צװאַנציק. 7פֿון די קינדער פֿון גֵרשוֹם: יוֹאֵל דעם הױפּטמאַן, און זײַנע ברידער, הונדערט און דרײַסיק. 8פֿון די קינדער פֿון אֶליצָפֿן: שמַעיָה דעם הױפּט, און זײַנע ברידער, צװײ הונדערט. 9פֿון די קינדער פֿון חֶבֿרוֹן: אֶליאֵל דעם הױפּטמאַן, און זײַנע ברידער, אַכציק. 10פֿון די קינדער פֿון עוזיאֵל: עַמינָדָבֿ דעם הױפּטמאַן, און זײַנע ברידער, הונדערט און צװעלף.

11און דָוִד האָט גערופֿן צָדוֹק און אֶבֿיָתָר די כּהנים, און די לוִיִים, אוריאֵלן, עַשָׂיָהן, און יוֹאֵלן, שמַעיָהן, און אֶליאֵלן, און עַמינָדָבֿן. 12און ער האָט צו זײ געזאָגט: איר זײַט די הױפּטן פֿון די פֿאָטערהײַזער פֿון די לוִיִים; הײליקט אײַך, איר און אײַערע ברידער, און איר װעט אַרױפֿברענגען דעם אָרון פֿון ה׳ אלוקי יִשׂרָאֵל אַהין װוּ איך האָב צוגעגרײט פֿאַר אים. 13װאָרעם װײַל איר זײַט נישט געװען דאָס ערשטע מאָל, האָט ה׳ אלוקינו געמאַכט אַ בראָך צװישן אונדז; װאָרעם מיר האָבן אים נישט געזוכט װי געהעריק.

14האָבן די כּהנים און די לוִיִים זיך געהײליקט, כּדי אַרױפֿצוברענגען דעם אָרון פֿון ה׳ אלוקי יִשׂרָאֵל. 15און די קינדער פֿון די לוִיִים האָבן געטראָגן דעם אָרון פֿון האלֹקים, אַזױ װי משה האָט באַפֿױלן לױט דעם װאָרט פֿון ה׳, אױף זײער אַקסל מיט שטאַנגען אױף זיך.

16און דָוִד האָט געהײסן די הױפּטלײַט פֿון די לוִיִים צו שטעלן זײערע ברידער די זינגערס מיט כּלֵי-זֶמֶר, האַרפֿן, און גיטאַרן, און צימבלען, צו שפּילן אױף אַ הױכן קֹול מיט שׂימחה. 17און די לוִיִים האָבן געשטעלט הֵימָן דעם זון פֿון יוֹאֵלן; און פֿון זײַנע ברידער, אָסָף דעם זון פֿון ברֶכיָהון; און פֿון די קינדער פֿון מרָרי, זײערע ברידער, אֵיתָן דעם זון פֿון קושָיָהון. 18און מיט זײ זײַנען געװען זײערע ברידער פֿון צװײטן ראַנג: זכַריָהו, און יַעֲזיאֵל, און שמירָמוֹת, און יחיאֵל, און עוני, אֶליאָבֿ, און בנָיָהוּ, און מַעֲשֵׂיָהו, און מַתִּתיָהו, און אֶליפֿלֵהו, און מִקנֵיָהו, און עוֹבֿד-אֶדוֹם, און יעִיאֵל, די טױערלײַט. 19און די זינגערס, הֵימָן, אָסָף, און אֵיתָן, אױף צו שפּילן מיט קופּערנע צימבלען. 20און זכַריָה, און עַזיאֵל, און שמירָמוֹת, און יחיאֵל, און עוני, און אֶליאָבֿ, און מַעֲשֵׂיָהו, און בנָיָהוּ, מיט האַרפֿן אױף עַלָמוֹת.

21און מַתִּתיָהו, אֶליפֿלֵהו, און מִקנֵיָהו, און עוֹבֿד-אֶדוֹם, און יעִיאֵל, און עַזַזיָהו, אױף אָנצופֿירן מיט האַרפֿן אױף שמינית. 22און כּנַניָהו דער הױפּטמאַן פֿון די לוִיִים איז געװען איבער דעם געזאַנג; ער פֿלעגט זײַן דער האַר בײַם געזאַנג, װאָרעם ער איז געװען אַ קענער.

23און ברֶכיָה און אֶלקָנָה זײַנען געװען טױערלײַט בײַם אָרון. 24און שבֿניָהו, און יוֹשָפֿט, און נתַנאֵל, און עַמָשַׂי, און זכַריָהו, און בנָיָהוּ, און אֶליעֶזֶר, די כּהנים, האָבן געטרומײטערט אױף טרומײטן פֿאַר דעם אָרון פֿון האלֹקים; און עוֹבֿד-אֶדוֹם און יחיָה, זײַנען געװען טױערלײַט בײַם אָרון.

25און דָוִד, און די עלטסטע פֿון יִשׂרָאֵל, און די הױפּטלײַט פֿון די טױזנטן, זײַנען געגאַנגען אַרױפֿצוברענגען דעם אָרון פֿון ה׳ס ברית, פֿון עוֹבֿד-אֶדוֹמס הױז, מיט שׂימחה. 26און עס איז געװען, אַז ה׳ האָט געהאָלפֿן די לוִיִים װאָס האָבן געטראָגן דעם אָרון פֿון ג-טס ברית, האָבן זײ געשלאַכט זיבן אָקסן און זיבן װידערס. 27און דָוִד איז געװען אײַנגעװיקלט אין אַ מאַנטל פֿון פֿײַנלײַנען, דעסט גלײַכן אַלע לוִיִים װאָס האָבן געטראָגן דעם אָרון, און די זינגערס, און כּנַניָה דער געזאַנגמײַסטער איבער די זינגערס; און דָוִד האָט אױף זיך געהאַט אַ לײַנענעם אֵפֿוֹד. 28און גאַנץ יִשׂרָאֵל האָבן אַרױפֿגעבראַכט דעם אָרון פֿון ה׳ס ברית מיט שאַלונג, און מיט אַ קֹול פֿון שופֿר, און מיט טרומײטן, און מיט צימבלען, שפּילנדיק אױף גיטאַרן און האַרפֿן. 29און עס איז געװען, װי דער אָרון פֿון ה׳ס ברית איז געקומען ביז דָוִדס-שטאָט, האָט מִיכל די טאָכטער פֿון שָאולן אַרױסגעקוקט דורכן פֿענצטער, און זי האָט געזען דעם מלך דָוִד טאַנצן און זיך מאַכן פֿרײלעך, און זי האָט אים פֿאַראַכט {בזה}[1] אין איר האַרצן.

Notes & Cross-References
OpenBible.info Cross-References (ranked by vote)
◄ 1 Chronicles 141 Chronicles 16 ►