1און דָוִד און די האַרן פֿון חיל האָבן אָפּגעשײדט פֿאַר דעם דינסט פֿון די זין פֿון אָסָפֿן און הֵימָנען און ידותונען, די װאָס האָבן נבֿיאיש געשפּילט אױף האַרפֿן, אױף גיטאַרן, און אױף צימבלען; און זײער צאָל, פֿון די מענטשן װאָס האָבן געטאָן די אַרבעט לױט זײער דינסט, איז געװען: 2פֿון די זין פֿון אָסָפֿן, זַכּור, און יוֹסף, און נתַניָה, און אַשַׂראֵלָה, די זין פֿון אָסָפֿן; אונטער דער האַנט פֿון אָסָפֿן, װאָס האָט נבֿיאיש געשפּיטל לױט דעם אײַנשטעל פֿון דעם מלך. 3פֿון ידותונען, די זין פֿון ידותונען: גדַליָהו, און צרי, און ישַעיָהו, חַשַבֿיָהן, און מַתִּתיָהו – זעקס, אונטער דער האַנט פֿון זײער פֿאָטער ידותונען, װאָס האָט נבֿיאיש געשפּילט אױף אַ האַרף בײַם דאַנקען און לױבן ה׳. 4פֿון הֵימָנען, די זין פֿון הֵימָנען: בוקִיָהו, מַתַּניָהו, עוזיאֵל, שבֿואֵל, און ירימוֹת, חַנַניָה, חַנָני, אֶליאָתָה, גִדַלתּי, און רוֹמַמתּי-עֶזֶר, יָשבקָשָה, מַלוֹתי, הוֹתיר, מַחזיאוֹת. 5די אַלע זײַנען געװען זין פֿון הֵימָן דעם מלכס זעער אין זאַכן פֿון האלֹקים – צו דערהײבן [זײַן] האָרן, װאָרעם האלֹקים האָט געשאָנקען הֵימָנען פֿערצן זין און דרײַ טעכטער. 6די אַלע זײַנען געװען אונטער דער האַנט פֿון זײער פֿאָטער, בײַם געזאַנג אין הױז פֿון ה׳, מיט צימבלען, גיטאַרן, און האַרפֿן, פֿאַר דעם דינסט פֿון הױז פֿון אלֹקים, לױט דעם אײַנשטעל פֿון מלך – אָסָף, ידותון, און הֵימָן.
7און זײער צאָל מיט זײערע ברידער, געלערנטע אין געזאַנג צו ה׳, אַלע קענער, איז געװען צװײ הונדערט און אַכט און אַכציק. 8און זײ האָבן געװאָרפֿן גורל, אַ װאַך קעגן [אַ װאַך], אַזױ דער קלענסטער אַזױ דער גרעסטער, דער קענער אַזױ װי דער תּלמיד.
9און דער ערשטער גורל איז אַרױסגעגאַנגען אױף אָסָפֿן – אױף יוֹספֿן.
דער צװײטער גדַליָהו; ער און זײַנע ברידער און זײַנע זין – צװעלף.
10דער דריטער זַכּור, זײַנע זין, און זײַנע ברידער – צװעלף.
11דער פֿירטער אױף יִצרין, זײַנע זין, און זײַנע ברידער – צװעלף.
12דער פֿינפֿטער נתַניָהו, זײַנע זין, און זײַנע ברידער – צװעלף.
13דער זעקסטער בוקִיָהו, זײַנע זין, און זײַנע ברידער – צװעלף.
14דער זיבעטער ישַׂראֵלָה, זײַנע זין, און זײַנע ברידער – צװעלף.
15דער אַכטער ישַעיָהו, זײַנע זין, און זײַנע ברידער – צװעלף.
16דער נײַנטער מַתַּניָהו, זײַנע זין, און זײַנע ברידער – צװעלף.
17דער צענטנער שִמְעִי, זײַנע זין, און זײַנע ברידער – צװעלף.
18דער עלפֿטער עַזַראֵל, זײַנע זין, און זײַנע ברידער – צװעלף.
19דער צװעלפֿטער חַשַבֿיָה, זײַנע זין, און זײַנע ברידער – צװעלף.
20צום דרײַצנטן שובֿאֵל, זײַנע זין, און זײַנע ברידער – צװעלף.
21צום פֿערצנטן מַתִּתיָהו, זײַנע זין, און זײַנע ברידער – צװעלף.
22צום פֿופֿצנטן אױף ירֵמוֹתן, זײַנע זין, און זײַנע ברידער – צװעלף.
23צום זעכצנטן אױף חַנַניָהון, זײַנע זין, און זײַנע ברידער – צװעלף.
24צום זיבעצנטן אױף יָשבקָשָהן, זײַנע זין, און זײַנע ברידער – צװעלף.
25צום אַכצענטן אױף חַנָנין, זײַנע זין, און זײַנע ברידער – צװעלף.
26צום נײַנצנטן אױף מַלוֹתין, זײַנע זין, און זײַנע ברידער – צװעלף.
27צום צװאַנציקסטן אױף אֶלִיָתָהן, זײַנע זין, און זײַנע ברידער – צװעלף.
28צום אײן און צװאַנציקסטן אױף הוֹתירן, זײַנע זין, און זײַנע ברידער – צװעלף.
29צום צװײ און צװאַנציקסטן אױף גִדַלתּין, זײַנע זין, און זײַנע ברידער – צװעלף.
30צום דרײַ און צװאַנציקסטן אױף מַחזיאוֹתן, זײַנע זין, און זײַנע ברידער – צװעלף.
31צום פֿיר און צװאַנציקסטן אױף רוֹמַמתּי-עֶזֶרן, זײַנע זין, און זײַנע ברידער – צװעלף.