1און די אײַנטײלונגען פֿון די קינדער פֿון אַהרֹן זײַנען געװען: די זין פֿון אַהרֹנען: נָדָבֿ, און אַבֿיהוא, אֶלעָזָר, און איתָמָר. 2און נָדָבֿ און אַבֿיהוא זײַנען געשטאָרבן אײדער זײער פֿאָטער, און קײן קינדער האָבן זײ נישט געהאַט, זײַנען אֶלעָזָר און איתָמָר געװען כּהנים. 3און דָוִד, און צָדוֹק פֿון די קינדער פֿון אֶלעָזָר, און אַחימֶלֶך פֿון די קינדער פֿון איתָמָר, האָבן זײ אײַנגעטײלט לױט זײער רײ אין זײער דינסט. 4און פֿון די קינדער פֿון אֶלעָזָר האָבן זיך געפֿונען מער הױפּטמענער װי פֿון די קינדער פֿון איתָמָר; און מע האָט זײ אַזױ אײַנגעטײלט: פֿון די קינדער פֿון אֶלעָזָר זעכצן הױפּטן פֿון פֿאָטערהײַזער, און פֿון די קינדער פֿון איתָמָר, לױט זײערע פֿאָטערהײַזער, אַכט. 5און מע האָט זײ אײַנגעטײלט לױט גורל, די אַזױ װי יענע, װאָרעם עס זײַנען געװען פֿירשטן פֿון הײליקטום, און פֿירשטן פֿון האלֹקים, אי פֿון די קינדער פֿון אֶלעָזָר, אי פֿון די קינדער פֿון איתָמָר. 6און שמַעיָה דער זון פֿון נתַנאֵלן, דער שרײַבער, פֿון לֵוִי, האָט זײ פֿאַרשריבן פֿאַר דעם מלך, און די האַרן, און צָדוֹק דעם כּהן, און אַחימֶלֶך דעם זון פֿון אֶבֿיָתָרן, און די הױפּטן פֿון די פֿאָטערהײַזער פֿון די כּהנים און פֿון די לוִיִים: אײן פֿאָטערהױז גענומען פֿון אֶלעָזָר, און אײנס גענומען פֿון איתָמָר.
7און דער ערשטער גורל איז אַרױסגעגאַנגען אױף יהוֹיָריבֿן, דער צװײטער אױף ידַעְיָהן; 8דער דריטער אױף חָרִמען, דער פֿירטער אױף שׂעוֹרימען; 9דער פֿינפֿטער אױף מַלכִּיָהן, דער זעקסטער אױף מִיָמִנען; 10דער זיבעטער אױף הַקוֹצן, דער אַכטער אױף אַבֿיָהן; 11דער נײַנטער אױף יֵשועַן,[1] דער צענטנער אױף שכַניָהון; 12דער עלפֿטער אױף אֶליָשיבֿן, דער צװעלפֿטער אױף יָקימען; 13דער דרײַצנטער אױף חופּהן, דער פֿערצנטער אױף יֶשֶבֿאָבֿן; 14דער פֿוצנטער אױף בלגָהן, דער זעכצנטער אױף אִמֵרן; 15דער זיבעצנטער אױף חֵזירן, דער אַכצענטער אױף הַפּצֵצן; 16דער נײַנצנטער אױף פּתַחיָהן, דער צװאַנציקסטער אױף יחֶזקֵאלן; 17דער אײן און צװאַנציקסטער אױף יָכינען, דער צװײ און צװאַנציקסטער אױף גַמולן; 18דער דרײַ און צװאַנציקסטער אױף דלָיָהון, דער פֿיר און צװאַנציקסטער אױף מַעַזיָהון. 19דאָס איז געװען זײער רײ אין זײער דינסט, צו קומען אין הױז פֿון ה׳ לױט דעם געזעץ צו זײ דורך דער האַנט פֿון זײער פֿאָטער אַהרֹנען, אַזױ װי ה׳ אלוקי יִשׂרָאֵל האָט אים באַפֿױלן.
20און פֿון די איבעריקע קינדער פֿון לֵוִי: פֿון די זין פֿון עַמרָמען, שובֿאֵל; פֿון די זין פֿון שובֿאֵלן, יֶחדְיָהו. 21פֿון רחבֿיָהון: פֿון די זין פֿון רחבֿיָהון, דער הױפּט יִשִיָה. 22פֿון די יִצהָרים, שלוֹמוֹת; פֿון די זין פֿון שלוֹמוֹת, יַחת. 23און די זין פֿון חֶבֿרוֹנען, אירִיָהו, אַמַריָהו דער צװײטער, יַחזיאֵל דער דריטער, איקַמעָם דער פֿירטער. 24די זין פֿון עוזיאֵלן, מִיכָה; פֿון די זין פֿון מִיכָהן, שָמיר. 25דער ברודער פֿון מִיכָה, יִשִיָה; פֿון די זין פֿון יִשִיָהן, זכַריָהו. 26די זין פֿון מרָרין, מַחלי, און מושי; די זין פֿון זײַן זון יַעֲזִיָהון – 27די קינדער פֿון מרָרין פֿון זײַן זון יַעֲזִיָהון, שוֹהַם, און זַכּור, און עִבֿרי. 28פֿון מַחלין, אֶלעָזָר; און ער האָט נישט געהאַט קײן זין. 29פֿון קישן, די זין פֿון קישן, ירַחמְאֵל. 30און די זין פֿון מושין, מַחלי, און עֵדֶר, און ירימוֹת. דאָס זײַנען געװען די קינדער פֿון די לוִיִים לױט זײערע פֿאָטערהײַזער. 31און זײ אױך האָבן געװאָרפֿן גורל אַזױ װי זײערע ברידער, די קינדער פֿון אַהרֹן, פֿאַר דעם מלך דָוִד, און צָדוֹקן, און אַחימֶלֶכן, און די הױפּטן פֿון די פֿאָטערהײַזער פֿון די כּהנים און פֿון די לוִיִים; די פֿאָטערהײַזער פֿון דעם הױפּט אַזױ װי זײַן ייִנגסטער ברודער.