AFIIOrthodox Hasidic Yiddish Tanakh › 1 Chronicles 9
◄ 1 Chronicles 8
1 Chronicles 9
דִבֿרֵי הַיָמִים א 9
1 Chronicles 10 ►

1און גאַנץ יִשׂרָאֵל האָבן זיך פֿאַרצײכנט, און זײ זײַנען פֿאַרשריבן אין בוך פֿון די מלכים פֿון יִשׂרָאֵל. און יהוּדה איז פֿאַרטריבן געװאָרן קײן בָבֿל פֿאַר זײער פֿעלשונג. 2און די װאָס האָבן זיך די ערשטע באַזעצט אױף זײער אײגנטום אין זײערע שטעט, זײַנען געװען, יִשׂרָאֵל, די כּהנים, די לוִיִים, און די נתינים. 3און אין ירושָלַיִם זײַנען געזעסן פֿון די קינדער פֿון יהוּדה, און פֿון די קינדער פֿון בנימין, און פֿון די קינדער פֿון אפֿרים און מנַשֶה: 4עותַי דער זון פֿון עַמיהוד דעם זון פֿון עָמרי, דעם זון פֿון אִמרין, דעם זון פֿון בנין, פֿון די זין פֿון פֶּרֶץ דעם זון פֿון יהוּדהן. 5און פֿון די שִלוֹנים: עַשָׂיָה דער בכוֹר, און זײַנע זין. 6און פֿון די קינדער פֿון זֶרַח: יְעואֵל, און זײערע ברידער, זעקס הונדערט און נײַנציק. 7און פֿון די קינדער פֿון בנימין: סַלוא דער זון פֿון משולָם דעם זון פֿון הוֹדַוְיָה, דעם זון פֿון הַסנואָהן; 8און יִבֿניָה דער זון פֿון ירוֹחָמען, און אֵלָה דער זון פֿון עוזי דעם זון פֿון מִכרין, און משולָם דער זון פֿון שפֿטיָה דעם זון פֿון רְעואֵל, דעם זון פֿון יִבֿנִיָהן; 9און זײערע ברידער לױט זײערע געבורטן, נײַן הונדערט און זעקס און פֿופֿציק. די אַלע מענער זײַנען געװען הױפּטן פֿון פֿאָטערהײַזער לױט זײערע פֿאָטערהײַזער.

10און פֿון די כּהנים: ידַעְיָה, און יהוֹיָריבֿ, און יָכין; 11און עַזַריָה דער זון פֿון חִלקִיָה דעם זון פֿון משולָם, דעם זון פֿון צָדוֹק, דעם זון פֿון מרָיוֹת, דעם זון פֿון אַחיטובֿ, דער פֿירשט פֿון הױז פֿון אלֹקים; 12און עַדָיָה דער זון פֿון ירוֹחָם דעם זון פֿון פַּשחור, דעם זון פֿון מַלכִּיָהן, און מַעְשַׂי דער זון פֿון עַדיאֵל דעם זון פֿון יַחזֵרָה, דעם זון פֿון משולָם, דעם זון פֿון משִלֵמית, דעם זון פֿון אִמֵרן; 13און זײערע ברידער, הױפּטן פֿון זײערע פֿאָטערהײַזער, טױזנט און זיבן הונדערט און זעכציק טױגלעכע לײַט פֿאַר דער דינסטאַרבעט פֿון הױז פֿון אלֹקים.

14און פֿון די לוִיִים: שמַעיָה דער זון פֿון חשובֿ דעם זון פֿון עַזריקָם, דעם זון פֿון חַשַבֿיָהן, פֿון די קינדער פֿון מרָרי; 15און בקבקַר, חֶרֶש, און גָלָל, און מַתַּניָה דער זון פֿון מיכאָ דעם זון פֿון זִכרי, דעם זון פֿון אָסָפֿן; 16און עוֹבַֿדיָה דער זון פֿון שמַעיָה דעם זון פֿון גָלָל, דעם זון פֿון ידותונען, און ברֶכיָה דער זון פֿון אָסאָ דעם זון פֿון אֶלקָנָהן, װאָס איז געזעסן אין די דערפֿער פֿון די נטוֹפֿתים.

17און די טױערלײַט זײַנען געװען: שַלום, און עַקובֿ, און טַלמוֹן, און אַחימָן; און זײער ברודער שַלום איז געװען דער הױפּט. 18און נאָך ביז אַהער זײַנען זײ אין דעם מלכס טױער צו מזרח; זײ זײַנען די טױערלײַט פֿאַר די לאַגערן פֿון די קינדער פֿון לֵוִי. 19און שַלום דער זון פֿון קוֹרֵא דעם זון פֿון אֶבֿיָסָף, דעם זון פֿון קֹרַחן, און זײַנע ברידער פֿון זײַן פֿאָטערס הױז, די קָרחים, זײַנען געװען איבער דער דינסטאַרבעט, די שװעלהיטער פֿון דעם געצעלט, אַזױ װי זײערע עלטערן זײַנען געװען איבער דעם לאַגער פֿון ה׳, די היטער פֿון דעם אײַנגאַנג. 20און פּינְחס דער זון פֿון אֶלעָזָרן איז געװען דער פֿירשט איבער זײ אַ מאָל; ה׳ איז מיט אים געװען. 21זכַריָה דער זון פֿון משֶלֶמיָהן איז געװען דער טױערמאַן בײַם אײַנגאַנג פֿון אוֹהל-מוֹעד. 22זײ אַלע, די אױסגעקליבענע פֿאַר טױערלײַט בײַ די שװעלן, צװײ הונדערט און צװעלף. זײ זײַנען געװען פֿאַרצײכנט לױט זײערע דערפֿער; זײ האָט דָוִד און שמוּאֵל דער זעער געשטעלט אױף זײער אַמט. 23און זײ און זײערע קינדער זײַנען געװען איבער די טױערן פֿון דעם הױז פֿון ה׳, פֿון דעם הױז פֿון געצעלט, פֿאַר װאַכן. 24אין פֿיר זײַטן זײַנען געװען די טױערלײַט: אין מזרח, אין מערבֿ, אין צפֿון, און אין דָרום. 25און זײערע ברידער אין זײערע דערפֿער האָבן געדאַרפֿט קומען אױף זיבן טעג, פֿון צײַט צו צײַט, צו זײַן מיט די דאָזיקע; 26װאָרעם אױף שטענדיק זײַנען געװען נאָר די פֿיר הױפּטטױערלײַט. דאָס זײַנען געװען די לוִיִים. אױך זײַנען זײ געװען איבער די קאַמערן, און איבער די אוֹצרות פֿון הױז פֿון אלֹקים. 27און זײ האָבן גענעכטיקט אַרום דעם הױז פֿון אלֹקים, װײַל אױף זײ איז געװען די היטונג, און זײַ האָבן אונטער זיך געהאַט דעם שליסל, כּדי עס צו עפֿענען, מאָרגן פֿאַר מאָרגן. 28און טײל פֿון זײ זײַנען געװען איבער די כּלים פֿון דינסט, װאָרעם מיט אַ צאָל האָט מען זײ אַרײַנגעבראַכט, און מיט אַ צאָל האָט מען זײ אַרױסגענומען. 29און טײל פֿון זײ זײַנען געװען געשטעלט איבער די זאַכן, און איבער אַלע הײליקע כּלים, און איבער דעם זעמלמעל, און דעם װײַן, און דעם אײל, און דעם װײַרעך, און די בשׂמים. 30און טײל פֿון די זין פֿון די כּהנים האָבן צובאַרײט די צובאַרײטונג פֿון די בשׂמים. 31און מַתִּתיָה פֿון די לוִיִים, װאָס איז געװען דער בכוֹר פֿון שַלום דעם קָרחי, האָט געהאַט דעם אַמט איבער די פֿאַנגעבעקסן. 32און טײל פֿון די קינדער פֿון די קהָתים, פֿון זײערע ברידער, זײַנען געװען איבערן אױסגעלײגטן ברױט, דאָס צוצוגרײטן שבת אין שבת.

33און דאָס זײַנען געװען די זינגערס, הױפּטן פֿון פֿאָטערהײַזער פֿון די לוִיִים, אין די קאַמערן, פּטור [פֿון אַנדערן דינסט] װײַל טאָג און נאַכט איז אױף זײ געװען די אַרבעט. 34די דאָזיקע זײַנען געװען הױפּטן פֿון די פֿאָטערהײַזער פֿון די לוִיִים – לױט זײערע געבורטן, הױפּטן. די דאָזיקע זײַנען געזעסן אין ירושָלַיִם.

35און אין גִבֿעוֹן זײַנען געזעסן: דער פֿאָטער פֿון גִבֿעוֹן, יעִיאֵל, װאָס דער נאָמען פֿון זײַן װײַב איז געװען מַעֲכָה; 36און זײַן זון דער בכוֹר, עַבֿדוֹן, און צוּר, און קיש, און בַעַל, און נֵר, און נָדָבֿ; 37און גדוֹר, און אַחיוֹ, און זכַריָה, און מִקלוֹת. 38און מִקלוֹת האָט געבאָרן שִמאָמען. און זײ אױך זײַנען געזעסן מיט זײערע ברידער אין ירושָלַיִם, אַקעגן זײערע ברידער.

39און נֵר האָט געבאָרן קישן; און קיש האָט געבאָרן שָאולן; און שָאול האָט געבאָרן יוֹנָתָנען, און מַלכּי-שועַן, און אַבֿינָדָבֿן, און אֶשבַעַלן. 40און יוֹנָתָנס זון איז געװען מריבֿ-בַעַל, און מריבֿ-בַעַל האָט געבאָרן מִיכָהן. 41און די זין פֿון מִיכָהן זײַנען געװען: פּיתוֹן, און מֶלֶך, און תַּחרֵעַ, און אָחָז. 42און אָחָז האָט געבאָרן יַערָהן; און יַערָה האָט געבאָרן עָלֶמֶתן, און עַזמָוֶתן, און זִמרין; און זִמרי האָט געבאָרן מוֹצאָן. 43און מוֹצאָ האָט געבאָרן בנעָאן; און זײַן זון איז געװען רפֿיָה, זײַן זון אֶלעָשָׂה, זײַן זון אָצֵל. 44און אָצֵל האָט געהאַט זעקס זין, און דאָס זײַנען זײערע נעמען: עַזריקָם, בוֹכרו, און יִשמָעֵאל, און שעַריָה, און עוֹבַֿדיָה, און חָנָן. דאָס זײַנען די זין פֿון אָצֵלן.

OpenBible.info Cross-References (ranked by vote)
◄ 1 Chronicles 81 Chronicles 10 ►