1און װי עַתַליָה די מוטער פֿון אַחַזיָהון האָט געזען אַז איר זון איז טױט, אַזױ איז זי אױפֿגעשטאַנען, און האָט אומגעבראַכט דעם גאַנצן קיניגלעכן אָפּשטאַם. 2האָט יהוֹשֶבֿע די טאָכטער פֿון מלך יוֹרָם, אַחַזיָהוס שװעסטער, גענומען יוֹאָש דעם זון פֿון אַחַזיָהן, און האָט אים אַרױסגעגנבֿעט פֿון צװישן דעם מלכס קינדער װאָס האָבן געזאָלט געטײט װערן, אים און זײַן נאַם, אין אַ שלאָפֿקאַמער; און מע האָט אים באַהאַלטן פֿון עַתַליָהון, און ער איז נישט געטײט געװאָרן. 3און ער איז געװען באַהאַלטן בײַ איר אין הױז פֿון ה׳ זעקס יאָר. און עַתַליָה האָט געקיניגט איבערן לאַנד.
4און אױפֿן זיבעטן יאָר האָט יהוֹיָדָע געשיקט און האָט גענומען די הױפּטלײַט איבער די הונדערטן, פֿון די כָּרים און פֿון די לױפֿערס, און ער האָט זײ געבראַכט צו זיך אין הױז פֿון ה׳, און ער האָט מיט זײ געשלאָסן {כרת}[1] אַ ברית, און האָט זײ באַשװאָרן אין הױז פֿון ה׳, און זײ געװיזן דעם מלכס זון. 5און ער האָט זײ באַפֿױלן, אַזױ צו זאָגן: דאָס איז די זאַך װאָס איר זאָלט טאָן: אַ דריטל פֿון אײַך, די װאָס קומען אַרײַן שבת און היטן די היטונג פֿון דעם מלכס הױז – 6נאָך אַ דריטל איז געװען בײַם טױער סור, און אַ דריטל בײַם טױער הינטער די לױפֿערס – זאָלט היטן די היטונג פֿון פּאַלאַץ פֿאַר אַן אָפּצאַם. 7און צװײ טײלן פֿון אײַך, אַלע װאָס גײען אַרױס שבת, זאָלן היטן די היטונג פֿון ה׳ס הױז אַרום דעם מלך. 8און איר זאָלט אַרומרינגלען דעם מלך רונד אַרום, איטלעכער מיט זײַנע װאַפֿן אין זײַן האַנט. און װער עס קומט אַרײַן אין די רײען, זאָל געטײט װערן. און זײַט מיט דעם מלך בײַ זײַן אַרױסגײן און בײַ זײַן אַרײַנגײן.
9האָבן די הױפּטלײַט פֿון די הונדערטן געטאָן אַזױ װי אַלץ װאָס יהוֹיָדָע דער כּהן האָט באַפֿױלן, און זײ האָבן גענומען איטלעכער זײַנע מענטשן, די װאָס קומען אַרײַן שבת, מיט די װאָס גײען אַרױס שבת, און זײ זײַנען געקומען צו יהוֹיָדָע דעם כּהן. 10און דער כּהן האָט געגעבן די הױפּטלײַט פֿון די הונדערטן די שפּיזן און די שילדן װאָס פֿון מלך דָוִד, װאָס אין הױז פֿון ה׳. 11און די לױפֿערס האָבן זיך געשטעלט איטלעכער מיט זײַנע װאַפֿן אין זײַן האַנט, פֿון דער רעכטער זײַט פֿון הױז ביז דער לינקער זײַט פֿון הױז, בײַם מזבח, און בײַם הױז, לעבן מלך רונד אַרום. 12און ער האָט אַרױסגעפֿירט דעם מלכס זון, און האָט אָנגעטאָן אױף אים די קרױן און די צײגנים {עֵדוּת פֿון עשרת הדברים, סהדא, צײגע, עד התּביעה};[2] און זײ האָבן אים געמאַכט פֿאַר אַ מלך, און האָבן אים געזאַלבט; און זײ האָבן געקלאַפּט די הענט, און געזאָגט: לעבן זאָל דער מלך!
13און עַתַליָה האָט געהערט דעם קֹול פֿון די לױפֿערס און דעם פֿאָלק, און זי איז געקומען צו דעם פֿאָלק אין הױז פֿון ה׳. 14און זי האָט געזען, ערשט דער מלך שטײט אױף דער בימה, אַזױ װי דער שטײגער, און די האַרן און די טרומײטערערס לעבן מלך, און דאָס גאַנצע פֿאָלק פֿון לאַנד פֿרײט זיך, און בלאָזט אין טרומײטן; האָט עַתַליָה צעריסן אירע קלײדער, און האָט אַרױסגערופֿן: אַ בונט! אַ בונט!
15האָט יהוֹיָדָע דער כּהן באַפֿױלן די הױפּטלײַט פֿון די הונדערטן, די אױפֿזעער פֿון חיל, און ער האָט צו זײ געזאָגט: פֿירט זי אַרױס ביז אינעװײניק פֿון די רײען; און דעם װאָס גײט איר נאָך, טײט מיטן שװערד. װאָרעם דער כּהן האָט געזאָגט: זי זאָל נישט געטײט װערן אין הױז פֿון ה׳.
16האָבן זײ געמאַכט פֿאַר איר אָרט, און זי איז אַרײַנגעגאַנגען דורך דעם פֿערדאײַנגאַנג אין מלכס הױז, און איז דאָרטן געטײט געװאָרן.
17און יהוֹיָדָע האָט געשלאָסן אַ ברית צװישן ה׳ און צװישן דעם מלך און דעם פֿאָלק, צו זײַן דאָס פֿאָלק פֿון ה׳; אױך צװישן דעם מלך און צװישן דעם פֿאָלק. 18און דאָס גאַנצע פֿאָלק פֿון לאַנד איז אַרײַנגעגאַנגען אין הױז פֿון בַעַל, און זײ האָבן עס אײַנגעװאָרפֿן; זײַנע מזבחות און זײַנע בילדער האָבן זײ גוט צעבראָכן, און מַתּן דעם כּהן פֿון בַעַל האָבן זײ געהרגעט פֿאַר די מזבחות.
און דער כּהן האָט געמאַכט אױפֿזעער איבער דעם הױז פֿון ה׳. 19און ער האָט גענומען די הױפּטלײַט פֿון די הונדערטן, און די כָּרים, און די לױפֿערס, און דאָס גאַנצע פֿאָלק פֿון לאַנד, און זײ האָבן אַראָפּגעבראַכט דעם מלך פֿון ה׳ס הױז, און זײ זײַנען אַרײַנגעגאַנגען דורך דעם טױער פֿון די לױפֿערס אין מלכס הױז. און ער האָט זיך געזעצט אױפֿן טראָן[3] פֿון די מלכים. 20און דאָס גאַנצע פֿאָלק פֿון לאַנד האָט זיך געפֿרײט, און די שטאָט איז געװען רויִק. און עַתַליָהון האָבן זײ געטײט מיטן שװערד אין מלכס הױז.