AFIIOrthodox Hasidic Yiddish Tanakh › Zechariah 6
◄ Zechariah 5
Zechariah 6
זְכַרְיָה 6
Zechariah 7 ►

1און איך האָב װידער אױפֿגעהױבן מײַנע אױגן און האָב געזען, ערשט פֿיר רײַטװעגן גײען אַרױס פֿון צװישן צװײ בערג, און די בערג זײַנען קופּערנע בערג. 2אין ערשטן רײַטװאָגן רױטע פֿערד, און אין צװײטן רײַטװאָגן שװאַרצע פֿערד, 3און אין דריטן רײַטװאָגן װײַסע פֿערד, און אין פֿירטן רײַטװאָגן געשפּרענקלטע ברױנע פֿערד. 4האָב איך זיך אָפּגערופֿן און האָב געזאָגט צו דעם מלאך װאָס האָט מיט מיר גערעדט: װאָס זײַנען די דאָזיקע, מײַן האַר? 5האָט דער מלאך געענטפֿערט און האָט געזאָגט צו מיר: די דאָזיקע זײַנען די פֿיר װינטן פֿון הימל, נאָך דעם װי זײ האָבן זיך געשטעלט פֿאַר דעם האַר (אֲדוֹן[1]) פֿון דער גאַנצער ערד. 6דער װאָס אין אים זײַנען די שװאַרצע פֿערד גײט אַרױס צום לאַנד פֿון צפֿון, און די װײַסע זײַנען אַרױסגעגאַנגען נאָך זײ, און די געשפּרענקלטע זײַנען אַרױסגעגאַנגען צום לאַנד פֿון דָרום. 7אױך די ברױנע זײַנען אַרױסגעגאַנגען, און זײ האָבן געװאָלט גײן אומװאַנדערן איבער דער ערד; האָט ער געזאָגט: גײט װאַנדערט אום איבער דער ערד. און זײ האָבן אומגעװאַנדערט איבער דער ערד. 8און ער האָט צוגעשריען צו מיר, און האָט גערעדט צו מיר, אַזױ צו זאָגן: זע, די װאָס זײַנען אַרױסגעגאַנגען צום לאַנד פֿון צפֿון, האָבן באַרוט מײַן רוּחַ אין לאַנד פֿון צפֿון.

9און דאָס װאָרט פֿון ה׳ איז געװען צו מיר, אַזױ צו זאָגן: 10נעם פֿון די גלות-לײַט, פֿון כֶלדַין, פֿון טוֹבֿיָהן, און פֿון ידַעְיָהן, װאָס זײַנען געקומען פֿון בָבֿל, און זאָלסט גײן אין דעם אײגענעם טאָג, און קומען אין הױז פֿון יֹאשִיָה דעם זון פֿון צפַֿניָהן – 11זאָלסט נעמען זילבער און גאָלד, און מאַכן קרױנען, און אָנטאָן אױפֿן קאָפּ פֿון יְהוֹשועַ דעם זון פֿון יהוֹצָדָקן, דעם כּהן-גָדול.[2] 12און זאָלסט זאָגן צו אים, אַזױ צו זאָגן:

אַזױ האָט געזאָגט ה׳ צבָֿאוֹת, אַזױ צו זאָגן:
אָט איז דעם מאַן װאָס זײַן נאָמען[3] איז צֶמַח,[4]
און װאָס װעט אַרױסשפּראָצן פֿון זײַן אָרט,
און ער װעט בױען דעם הֵיכל פֿון ה׳.[5]
13יאָ, ער װעט בױען דעם הֵיכל פֿון ה׳,
און ער װעט טראָגן דעם גלאַנץ,
און װעט זיצן און געװעלטיקן אױף זײַן טראָן,
און אַ כּהן[6] װעט זײַן בײַ זײַן טראָן;
און אַ פֿרידלעכע באַראָטונג װעט זײַן צװישן זײ בײדן.
14און די קרױנען זאָלן זײַן חֵלֶמען, און טוֹבֿיָהן,
און ידַעְיָהן, און *חֵן דעם זון פֿון צפַֿניָהן,
פֿאַר אַ געדעכעניש אין דעם הֵיכל פֿון ה׳.
15און װײַטע װעלן קומען,
און װעלן בױען אין דעם הֵיכל פֿון ה׳;
און איר װעט װיסן אַז ה׳ צבָֿאוֹת
האָט מיך געשיקט צו אײַך.
און עס װעט זײַן, אױב הערן װעט איר צוהערן
צו דעם קֹול פֿון ה׳ אלוקיכם.
Notes & Cross-References
Brit Chadasha FootnoteRevelation 6 →

1און איך האב געזען, ווען דאס לעמעלע האט געעפנט איינע פון די זיבן חתימות, און האב געהערט איינע פון די פיר חיות זאגן, ווי מיט דעם קול פון א דונער: קום! 2און איך האב געזען, און אָט א ווייס פערד, און דער, וואס איז געזעסן דערויף, האט געהאט א פיילנבויגן; און עס איז אים געגעבן געווארן א קרוין; און ער איז ארויסגעגאנגען א זיגער, און כדי מנצח צו זיין.

3און ווען ער האט געעפנט די צווייטע חתימה, האב איך געהערט די צווייטע חיה זאגן: קום! 4און עס איז ארויסגעגאנגען אן אנדער פערד, פייער רויט; און דעם, וואס איז געזעסן דערויף, איז געגעבן געווארן אוועקצונעמען דעם שלום פון דער ערד, און אז מען זאל זיך הרגענען איינס דאס אנדערע; און עס איז אים געגעבן געווארן א גרויסע שווערד.

5און ווען ער האט געעפנט די דריטע חתימה, האב איך געהערט די דריטע חיה זאגן: קום! און האב געזען, און אָט א שווארץ פערד; און דער, וואס איז געזעסן דערויף, האט געהאט א וואגשאל אין זיין האנט. 6און איך האב געהערט אזויווי א קול אינמיטן פון די פיר חיות זאגן: א מאס ווייץ פאר א דינר, און דריי מאס גערשטן פאר א דינר; און דאס אייל און דעם וויין זאלסטו נישט שעדיקן.

7און ווען ער האט געעפנט די פערטע חתימה, האב איך געהערט דאס קול פון דער פערטער חיה זאגן: קום! 8און האב געזען, און אָט א בלייך גרין פערד; און דער, וואס איז געזעסן דערויף, זיין נאמען איז דער טויט; און דאס שאול תחתית איז אים נאכגעגאנגען. און עס איז זיי געגעבן געווארן רשות איבער א פערט חלק פון דער ערד, צו טייטן מיט דער שווערד, און מיט הונגער, און מיט דעם טויט (מגפה), און דורך די ווילדע חיות פון דער ערד.

9און ווען ער האט געעפנט די פיפטע חתימה, האב איך געזען אונטער דעם מזבח די נשמות פון די געשחטענע צוליב ה׳ס ווארט און צוליב דאס עדות, וואס זיי האבן געהאט; 10און זיי האבן געשריגן מיט א הויך קול, אזוי צו זאגן: ביז ווען, אָ האר, הייליקער און ווארהאפטיקער, וועסטו נישט משפטן און זיך נישט נוקם זיין פאר אונדזער בלוט פון די איינוואוינער אויף דער ערד? 11און עס איז זיי געגעבן געווארן, יעדן איינעם, א ווייס קלייד; און עס איז זיי געזאגט געווארן, אז זיי זאלן נאך רוען א קליינע צייט, ביז עס וועט זיך אנפילן (די צאל) אויך פון זייערע מיטקנעכט און זייערע ברידער, וועלכע וועלן אומגעברענגט ווערן, ווי זיי.

12און איך האב געזען, ווען ער האט געעפנט די זעקסטע חתימה, און עס איז געווארן א גרויסע ערדציטערניש; און די זון איז געווארן שווארץ ווי א זאק פון האר, און די גאנצע לבנה איז געווארן ווי בלוט (יואל ב, י.); 13און די שטערן פונם הימל זענען אראפגעפאלן אויף דער ערד, ווי א פייגנבוים ווארפט אראפ זיינע אומצייטיקע פירות, ווען געטרייסלט פון א גרויסן שטורמווינט. 14און דער הימל איז פארשווונדן, ווי א מגילה ווערט צונויפגעוויקלט; און אלע בערג און אינדזלען זענען אוועקגעשטויסן געווארן פון זייערע ערטער. (ישעיהו לד, ד.) 15און די מלכים פון דער ערד, און די גרויסע לייט, און די הויפטלייט, און די עשירים, און די מעכטיקע, און אלע קנעכט און פרייע מענטשן, האבן זיך פארבארגן אין די היילן און צווישן די פעלדזן פון די בערג; 16און האבן געזאגט צו די בערג און פעלדזן: פאלט אויף אונדז, און פארבארגט אונדז פון דעם פנים פון דעם, וועלכער זיצט אויפן כסא הכבוד, און פון דעם צארן פון דעם לעמעלע! (ישעיהו ב, יט-כא.) 17ווייל עס איז געקומען דער גרויסער טאג פון זייער צארן; און ווער איז בכוח בייצושטיין? (מלאכי ג, ב.)

OpenBible.info Cross-References (ranked by vote)
◄ Zechariah 5Zechariah 7 ►