1און עס איז געװען אין פֿירטן יאָר פֿון מלך דָריָוֶש, איז דאָס װאָרט פֿון ה׳ געװען צו זכַריָהן אין פֿירטן טאָג פֿון נײַנטן חודש, אין כִּסלֵו, 2װען בֵית-אֵל, שַׂראֶצֶר, און רֶגֶם-מֶלֶך און זײַנע מענטשן, האָבן געשיקט צו בעטן פֿאַר ה׳, 3און צו זאָגן צו די כּהנים װאָס אין הױז פֿון ה׳ צבָֿאוֹת, און צו די נבֿיאים, אַזױ צו זאָגן: זאָל איך װײנען אין דעם פֿינפֿטן חודש אָפּגעזונדערטערהײט, אַזױ װי איך האָב געטאָן שױן פֿון כַּמֶה יאָרן? 4איז דאָס װאָרט פֿון ה׳ צבָֿאוֹת געװען צו מיר, אַזױ צו זאָגן: 5זאָג צו דעם גאַנצן פֿאָלק פֿון לאַנד, און צו די כּהנים, אַזױ צו זאָגן: אַז איר האָט געפֿאַסט און געקלאָגט אין פֿינפֿטן און אין זיבעטן חודש שױן זיבעציק יאָר, האָט איר פֿאַסטן דען מיר געפֿאַסט? 6און אַז איר עסט, און אַז איר טרינקט, זײַט איר נישט די װאָס עסט, און איר די װאָס טרינקט? 7דאָס זײַנען דאָך די װערטער װאָס ה׳ האָט גערופֿן דורך די פֿריִערדיקע נבֿיאים, װען ירושָלַיִם איז געװען באַזעצט און בשלװה, מיט אירע שטעט רונד אַרום איר, און דער דָרום און די נידערונג זײַנען געװען באַזעצט.
8און דאָס װאָרט פֿון ה׳ איז געװען צו זכַריָהן, אַזױ צו זאָגן: