1אין אַכטן חודש, אין צװײטן יאָר פֿון דָריָוֶשן, איז דאָס װאָרט פֿון ה׳ געװען צו זכַריָה, דעם זון פֿון ברֶכיָה, דעם זון פֿון עִדוֹן, דעם נבֿיא, אַזױ צו זאָגן: 2ה׳ האָט געצערנט אױף אײַערע עלטערן אַ צערענונג {קֶצֶף}.[1] 3דערום זאָלסטו זאָגן צו זײ:
7אין פֿיר און צװאַנציקסטן טאָג פֿון עלפֿטן חודש, דאָס איז חודש שבֿט, אין צװײטן יאָר פֿון דָריָוֶשן, איז דאָס װאָרט פֿון ה׳ געװען צו זכַריָה, דעם זון פֿון ברֶכיָהו, דעם זון פֿון עִדוֹאן, דעם נבֿיא, אַזױ צו זאָגן:
8איך האָב געזען בײַ נאַכט, ערשט אַ מאַן רײַט אױף אַ רױטן פֿערד, און ער שטײט צװישן די מירטן װאָס אין דער טיפֿעניש, און הינטער אים זײַנען געװען רױטע, געלרױטע, און װײַסע פֿערד. 9האָב איך געזאָגט: װאָס זײַנען די דאָזיקע, מײַן האַר? האָט צו מיר געזאָגט דער מלאך װאָס האָט מיט מיר גערעדט: איך װעל דיר װײַזן װאָס די דאָזיקע זײַנען. 10און דער מאַן װאָס איז געשטאַנען צװישן די מירטן, האָט זיך אָפּגערופֿן און האָט געזאָגט: דאָס זײַנען די װאָס ה׳ האָט געשיקט אַרומצוגײן אױף דער ערד. 11און זײ האָבן זיך אָפּגערופֿן צו דעם מלאך פֿון ה׳ װאָס איז געשטאַנען צװישן די מירטן, און האָבן געזאָגט: מיר זײַנען אַרומגעגאַנגען אױף דער ערד, ערשט די גאַנצע ערד זיצט רואיק. 12האָט זיך אָפּגערופֿן דער מלאך פֿון ה׳ און האָט געזאָגט: ה׳ צבָֿאוֹת, ביז װאַנען װעסטו זיך נישט דערבאַרעמען אױף ירושָלַיִם, און אױף די שטעט פֿון יהוּדה, װאָס דו האָסט שױן זיבעציק יאָר צערענען? 13און ה׳ האָט געענטפֿערט דעם מלאך װאָס האָט מיט מיר גערעדט, גוטע װערטער, טרײסטװערטער. 14און דער מלאך װאָס האָט מיט מיר גערעדט, האָט געזאָגט צו מיר: רוף אױס אַזױ צו זאָגן: