1און איך האָב װידער אױפֿגעהױבן מײַנע אױגן און האָב געזען, ערשט אַ פֿליעדיקע מגילה. 2האָט ער צו מיר געזאָגט: װאָס זעסטו? האָב איך געזאָגט: איך זע אַ פֿליעדיקע מגילה; איר לענג צװאַנציק אײַלן, און איר ברײט צען אײַלן. 3האָט ער צו מיר געזאָגט:
5און דער מלאך װאָס האָט גערעדט מיט מיר, איז אַרױסגעגאַנגען, און האָט צו מיר געזאָגט: הײב אַקאָרשט אױף דײַנע אױגן, און זע װאָס איז דאָס דאָזיקע װאָס גײט אַרױס? 6האָב איך געזאָגט: װאָס איז דאָס? האָט ער געזאָגט: דאָס איז די אֵיפֿה װאָס גײט אַרױס. און ער האָט געזאָגט: דאָס איז זײער אָנבליק אין גאַנצן לאַנד – 7ערשט אַ רונד שטיק בלײַ האָט זיך אױפֿגעהױבן – און דאָס איז אַ פֿרױ װאָס זיצט אין דער אֵיפֿה. 8און ער האָט געזאָגט: דאָס איז די שלעכטיקײט. און ער האָט זי אַרײַנגעװאָרפֿן אין דער אֵיפֿה, און האָט אַרױפֿגעװאָרפֿן דאָס שטיק בלײַ אױף איר עפֿענונג.
9און איך האָב אױפֿגעהױבן מײַנע אױגן און האָב געזען, ערשט צװײ װײַבער גײען אַרױס, און אַ װינט איז אין זײערע פֿליגלען, און די פֿליגלען בײַ זײ זײַנען װי די פֿליגלען פֿון אַ שטאָרך; און זײ האָבן געטראָגן די אֵיפֿה צװישן ערד און הימל. 10האָב איך געזאָגט צו דעם מלאך װאָס האָט גערעדט מיט מיר: װוּהין טראָגן זײ די אֵיפֿה? 11האָט ער געזאָגט צו מיר: איר צו בױען אַ הױז אין לאַנד שִנעָר; און אַז עס װעט צוגעברײט װערן, װעט זי דאָרטן אַנידערגעשטעלט װערן אױף איר אָרט.