1זע, ה׳ לײדיקט אױס די ערד און פֿאַרװיסט זי,
און װעט צעדרײען איר פּנים,
און צעשפּרײטן אירע באַװױנער.
2און עס װעט זײַן,
אַזױ דאָס פֿאָלק אַזױ דער כּהן,
אַזױ דער קנעכט אַזױ זײַן האַר,
אַזױ די דינסט אַזױ איר האַרינטע,
אַזױ דער קױפֿער אַזױ דער פֿאַרקױפֿער,
אַזױ דער מלװה אַזױ דער לײַער,
אַזױ דער מאָנער אַזױ דער װאָס מע מאָנט פֿון אים.
3אױסגעלײדיקט װעט אױסגעלײדיקט װערן די ערד,
און צערױבט װעט זי צערױבט װערן;
װאָרעם ה׳ האָט גערעדט דאָס דאָזיקע װאָרט.
4פֿאַראָבֿלט, פֿאַרװעלקט איז די ערד,
פֿאַרשניטן, פֿאַרװעלקט איז די װעלט,
פֿאַרשניטן די הױכע לײַט פֿון דער ערד.
5און די ערד איז זינדיק אונטער אירע באַװױנער,
װאָרעם זײ האָבן עובֿר געװען אױף די תּורות,
איבערגעטרעטן דאָס געזעץ,
פֿאַרשטערט דעם אײביקן ברית.
6דערום עסט אױף אַ קללה די ערד,
און פֿאַרשולדיקט זײַנען די װױנער דערין;
דערום גײען אײַן די באַװױנער פֿון דער ערד,
און מענטשן בלײַבן װינציק.
7עס טרױערט דער װײַן, פֿאַרװעלקט איז דער װײַנשטאָק,
עס זיפֿצן אַלע פֿרײלעכע הערצער.
8אױפֿגעהערט האָט די פֿרײד פֿון די פּױקן,
פֿאַרמיטן איז דער ליאַרעם פֿון די לוסטיקע,
אױפֿגעהערט האָט די פֿרײד פֿון דער האַרף.
9מע טרינקט נישט קײן װײַן מיט געזאַנג,
ביטער איז דער טרונק זײַנע טרינקער.
10צעבראָכן איז די נישטיקע שטאָט,
פֿאַרשלאָסן איטלעך הױז נישט אַרײַנצוגײן.
11אַ װײגעשרײ אין די גאַסן בײַם װײַן;
פֿאַרפֿינצטערט איז איטלעכע שׂימחה,
פֿאַרװאָגעלט די פֿרײד פֿונעם לאַנד.
12געבליבן איז אַ װיסטקײט אין שטאָט,
און צעהאַקט אין אַ חורבֿה איז דער טױער.
13װאָרעם אַזױ װעט עס זײַן אין מיטן פֿון דער ערד,
צװישן די פֿעלקער; װי בײַם אָפּקלאַפּן אַן אײלבערטבױם,
װי אַ נאָכקלײַב װען די לעז איז געענדיקט.
14די דאָזיקע װעלן אױפֿהײבן זײער קֹול אין געזאַנג,
װעגן דער גרױסקײט פֿון ה׳ טוען זײ שאַלן פֿון אים.
15דערום טוט ערלעכן ה׳ אין די לענדער פֿון ליכט,
אױף די אינזלען פֿון ים, דעם נאָמען פֿון ה׳ אלוקי יִשׂרָאֵל.
16פֿון עק ערד האָבן מיר געזאַנגען געהערט:
פּראַכט צו דעם גערעכטן!
אָבער איך זאָג: איך גײ אײַן,
איך גײ אײַן, װײ איז מיר!
די פֿעלשער טוען פֿעלשן,
יאָ, אַ פֿעלשונג פֿעלשן די פֿעלשער.
17אַ גרױל און אַ גרוב און אַ נעץ
אױף דיר, באַװױנער פֿון דער ערד.
18און עס װעט זײַן,
דער װאָס אַנטלױפֿט פֿון דעם קֹול פֿון גרױל,
װעט אַרײַנפֿאַלן אין גרוב,
און דער װאָס קומט אַרױף פֿון גרוב,
װעט געפֿאַנגען װערן אין נעץ;
װאָרעם די פֿענצטער פֿון דער הײך האָבן זיך געעפֿנט,
און עס שטורעמען די גרונטפֿעסטן פֿון דער ערד.
19ברעכן צעברעכט זיך די ערד,
ברעקלען צעברעקלט זיך די ערד,
װאַקלען טוט זיך װאַקלען די ערד.
20שאָקלען װי אַ שיכּורער װעט זיך שאָקלען די ערד,
און װעט זיך טרײסלען װי אַ נאַכטבײַדל;
און שװער װעט זײַן איר פֿאַרברעך אױף איר,
און זי װעט פֿאַלן, און מער נישט אױפֿשטײן.
21און עס װעט זײַן אין יענעם טאָג,
װעט ה׳ זיך רעכענען מיט דעם חיל
פֿון דער הײך אין דער הײך,
און מיט די מלכים פֿון דער ערד
אױף דער ערד.
22און זײ װעלן אײַנגעזאַמלט װערן
װי מע זאַמלט געפֿאַנגענע אין תּפֿיסה,
און זײ װעלן אײַנגעשלאָסן װערן אין פֿעסטונג,
און ערשט נאָך פֿיל טעג װעלן זײ דערמאָנט װערן [פֿאַר שטראָף].
23און די לבֿנה װעט זיך שעמען,
און די זון װעט פֿאַרשעמט װערן,
װאָרעם ה׳ צבָֿאוֹת טוט קיניגן
אױף באַרג צִיוֹן, און אין ירושָלַיִם;
און אַנטקעגן זײַנע עלטסטע װעט זײַן אַ פּראַכטיקײט.