AFIIOrthodox Hasidic Yiddish Tanakh › Isaiah 33
◄ Isaiah 32
Isaiah 33
יְשַעְיָה 33
Isaiah 34 ►
1װײ, דו פֿאַרװיסטער װאָס װערסט נישט פֿאַרװיסט,
און דו פֿעלשער װאָס מע פֿעלשט נישט אָן דיר!
אַז דו װעסט אױפֿהערן פֿאַרװיסטן, װעסטו פֿאַרװיסט װערן,
אַז דו װעסט ענדיקן פֿעלשן, װעט מען פֿעלשן אָן דיר.
2ה׳ לײַטזעליק אונדז,
צו דיר האָבן מיר געהאָפֿט;
זײַ זײער אָרעם אַלע פֿרימאָרגן,
און אונדזער הילף אין צײַט פֿון נױט.
3פֿון קֹול פֿון דעם טומל זײַנען די אומות אַנטלאָפֿן,
פֿון דײַן אױפֿהײבן זיך װערן די פֿעלקער צעשפּרײט.
4און אױפֿגעקליבן װעט װערן אײַער רױב
װי דער הײשעריק קלײַבט אױף,
װי גרילן שפּרינגען,
טוט מען שפּרינגען דערױף.
5דערהױבן איז ה׳, װאָרעם ער רוט אין דער הײך;
ער פֿילט אָן צִיוֹן מיט רעכט און גערעכטיקײט.
6און די זיכערקײט פֿון דײַנע צײַטן װעט זײַן
אַ שאַץ מיט ישועות, חכמה און דערקענונג;
מורא פֿאַר ה׳, דאָס װעט זײַן זײַן אוצר.
7זע, זײערע העלדן קלאָגן דרױסן,
די שלוחים פֿון שלום טוען ביטער װײנען.
8פֿאַרװיסט זײַנען די װעגן,
אױפֿגעהערט דער װעגפֿאָרער;
ער האָט פֿאַרשטערט דעם ברית,
ער האָט פֿאַראַכט די שטעט,
ער אַכט נישט אױף קײן מענטשן.
9פֿאַרטרױערט, פֿאַרשניטן איז דאָס לאַנד,
פֿאַרשעמט איז דער לבֿנוֹן, פֿאַרװעלקט;
דער שָרוֹן איז װי אַ מדבר געװאָרן,
און אָפּגעטרײסלט איז בָשָן און כַּרמֶל.
10אַצונד װעל איך אױפֿשטײן, זאָגט ה׳,
אַצונד װעל איך זיך דערהײכן,
אַצונד װעל איך זיך אױפֿהײבן.
11איר טראָגט שפּרײ, װעט איר געבערן שטרױ;
אײַער אָטעם – אַ פֿײַער װאָס װעט אײַך פֿאַרצערן.
12און די פֿעלקער װעלן זײַן װי קאַלך פֿאַרברענטע,
װי דערנער אָפּגעהאַקטע װאָס װערן אין פֿײַער געצונדן.
13הערט, איר װײַטע, װאָס איך האָב געטאָן,
און װײסט, איר נאָנטע, מײַן גבֿורה.
14עס אַנגסטן אין צִיוֹן די זינדיקע,
אַ ציטערניש האָט אָנגענומען די פֿאַלשע:
װער פֿון אונדז קען װײַלן אין דעם פֿײַער װאָס פֿאַרצערט?
װער פֿון אונדז קען װײַלן אין די אײביקע בראַנדן?
15דער װאָס גײט אין רעכטפֿאַרטיקײט, און רעדט ערלעך,
דער װאָס פֿאַראַכט דעם געװין פֿון רױב,
דער װאָס שאָקלט אָפּ זײַנע הענט פֿון אָננעמען שוחד,
דער װאָס פֿאַרשטאָפּט זײַן אױער פֿון הערן װעגן בלוט,
און פֿאַרדריקט זײַנע אױגן פֿון קוקן אױף שלעכטס.
16ער װעט רוען אין דער הײך;
פֿעסטונגען פֿון פֿעלדזן װעלן זײַן זײַן באַשיצונג;
זײַן ברױט איז געגעבן, זײַן װאַסער איז זיכער.
17דעם מלך אין זײַן שײנקײט װעלן אָנקוקן דײַנע אױגן;
זײ װעלן זען אַ לאַנד פֿון װײַטענישן.
18דײַן האַרץ װעט טראַכטן אָן דער אימה:
װוּ איז דער װאָס האָט געצײלט?
װוּ דער װאָס האָט געװױגן?
װוּ דער װאָס האָט די טורעמס געצײלט?
19דאָס פֿאַרשײַטע פֿאָלק װעסטו מער נישט זען,
דאָס פֿאָלק מיט אַ טונקעלער שפּראַך, נישט צו פֿאַרשטײן,
מיט אַ שטאַמלדיקן לשון, נישט קלוג צו װערן.
20קוק אָן צִיוֹן, די שטאָט פֿון אונדזער אײַנזאַמלונג;
דײַנע אױגן װעלן זען ירושָלַיִם,
אַ װױנונג אַ רויִקע,
אַ געצעלט װאָס װעט נישט אַװעקגערוקט װערן,
װאָס זײַנע פֿלעקלעך װעלן אײביק נישט אַרױסגעצױגן װערן,
און אַלע זײַנע שטריק װעלן נישט אָפּגעריסן װערן.
21נאָר דאָרטן װעט ה׳ אונדז זײַן מאַכטיק,
װי אַן אָרט פֿון טײַכן, שטראָמען ברײטרױמיקע,
װאָס קײן רודערשיף קען אױף אים נישט גײן,
און קײן שטאַרקער אָקרענט קען אים נישט איבערפֿאָרן.
22װאָרעם ה׳ איז אונדזער ריכטער,
ה׳ איז אונדזער געזעצגעבער,
ה׳ איז אונדזער מלך;
ער װעט אונדז העלפֿן.[1]
23לױז געװאָרן זײַנען דײַנע שטריק,
זײ האַלטן נישט פֿעסט זײער מאַסט,
זײ שפּרײטן דעם זאַגל נישט אױס.
דענצמאָל װערט פֿאַנג פֿון פֿיל זאַקרױב צעטײלט,
הינקעדיקע רױבן רױב.
24און קײן אײַנװױנער װעט נישט זאָגן: איך בין קראַנק;
דעם פֿאָלק װאָס זיצט דערין איז פֿאַרגעבן די זינד.
Notes & Cross-References
OpenBible.info Cross-References (ranked by vote)
◄ Isaiah 32Isaiah 34 ►