1גענענט, איר פֿעלקער, צו הערן,
און איר אומות, פֿאַרנעמט;
זאָל הערן די ערד און איר פֿולקײט,
די װעלט און אַלע אירע שפּראָצונגען.
2װאָרעם ה׳ האָט אַ כּעס {קֶצֶף}
[1] אױף אַלע פֿעלקער,
און אַ גרימצאָרן אױף זײער גאַנצן חיל;
ער האָט זײ צו חרם געמאַכט,
זײ איבערגעגעבן צו דער שחיטה.
3און זײערע דערשלאָגענע װעלן זיך װאַלגערן,
– און פֿון זײערע פּגָרים װעט אױפֿגײן אַ געשטאַנק,
און די בערג װעלן צעגײן פֿון זײער בלוט.
4און דער גאַנצער חיל פֿון הימל װעט צעקריכן,
און די הימלען װעלן װי אַ מגילה זיך אױפֿװיקלען,
און זײער גאַנץ חיל װעט אַראָפּװעלקן,
װי אַ בלאַט װעלקט פֿון װײַנשטאָק,
און װי פֿאַרװעלקט פֿון אַ פֿײַגנבױם.
5װאָרעם אָנגעטרונקען אין הימל האָט זיך מײַן שװערד,
אָט װעט זי אױף אֶדוֹם אַראָפּנידערן,
און אױף דעם פֿאָלק פֿון מײַן חרם, צום משפּט.
6ג-טס שװערד איז פֿול מיט בלוט,
געזעפֿטיקט מיט פֿעטס,
מיט בלוט פֿון לעמער און בעק,
מיט נירנפֿעטס פֿון װידערס;
װאָרעם ה׳ האָט אַ שלאַכטונג אין בָצרָה,
און אַ גרױסע שעכטונג אין לאַנד אֶדוֹם.
7און נידערן װעלן װיזלטירן מיט זײ,
און בולן מיט אָקסן;
און אָנטרינקען װעט זיך זײער ערד מיט בלוט,
און זײער שטױב װעט זיך זעפֿטיקן מיט פֿעטס.
8װאָרעם אַ טאָג פֿון נקמה איז בײַ ה׳,
אַ יאָר פֿון באַצאָלונג פֿאַר דעם קריג פֿון צִיוֹן.
9און פֿאַרקערט װערן אין פּעך װעלן אירע שטראָמען,
און איר שטױב אין שװעבל,
און איר ערד װעט װערן ברענענדיקע פּעך.
10טאָג און נאַכט װעט זי נישט פֿאַרלאָשן װערן,
אױף אײביק װעט אױפֿגײן איר רױך;
פֿון דור צו דור װעט זי װיסט זײַן,
אױף אײביקאײביקײטן װעט קײנער נישט דורכגײן דורך איר.
11און יַרשען װעלן זי דער פּעליקאַן און דער זומפּבושל,
און די סאָװע און דער ראָב װעלן רוען אין איר;
און ער װעט ציִען אױף איר אַ שנור פֿון װיסטקײט,
און אַ גרונטװאָג פֿון לײדיקײט.
12פֿון אירע אַדללײַט װעט נישט זײַן דאָרט
װער עס זאָל אַ מלוכה אױסרופֿן;
און אַלע אירע שׂרָרות װעלן װערן צו נישט.
13און אױפֿגײן װעלן דערנער אין אירע פּאַלאַצן,
און קראָפּיװע און שטעכגעװעקס אין אירע פֿעסטונגען;
און זי װעט זײַן אַ װױנונג פֿון שאַקאַלן,
אַ געהעפֿט פֿאַר שטרױספֿױגלען.
14און װילדע קעץ װעלן אָנטרעפֿן מדבר-הינט,
און אַ שד װעט רופֿן צו זײַן חבֿר;
יאָ, דאָרטן טוט לילית רוען,
און געפֿינט איר מנוחה.
15דאָרט מאַכט די פֿײַלשלאַנג איר נעסט, און לײגט,
און בריט און װאַרעמט אין איר שאָטן;
יאָ, דאָרט זאַמלען זיך האַביכפֿױגלען
אײנער צום אַנדערן.
16פֿאָרשט אין ה׳ס בוך, און לײענט;
קײנס פֿון די דאָזיקע איז נישט געמינערט,
קײנס פֿעלט נישט צום אַנדערן.
װאָרעם מײַן מױל האָט באַפֿױלן,
און זײַן רוּחַ האָט זײ אײַנגעזאַמלט.
17און ער האָט זײ געװאָרפֿן אַ גורל,
און זײַן האַנט האָט עס זײ צעטײלט מיט אַ שנור;
ביז אײביק װעלן זײ עס יַרשען,
אױף דור-דורות װעלן זײ רוען דערין.