1און עס איז געװען אין צװעלפֿטן יאָר, אין צװעלפֿטן חודש, אין ערשטן טאָג פֿון חודש, איז געװען דאָס װאָרט פֿון ה׳ צו מיר, אַזױ צו זאָגן: 2מענטשנקינד, הײב אױף אַ קלאָג אױף פַּרעה דעם מלך פֿון מִצרַיִם, און זאָלסט זאָגן צו אים:
9און איך װעל פֿאַראומערן דאָס האַרץ פֿון פֿיל פֿעלקער, װען איך ברענג דײַן בראָך צװישן די פֿעלקער, אין לענדער װאָס דו קענסט זײ נישט. 10און איך װעל מאַכן באַנומען װערן װעגן דיר פֿיל פֿעלקער, און זײערע מלכים װעלן שױדערן אַ שױדער װעגן דיר, װען איך פֿאָך מײַן שװערד פֿאַר זײער פּנים; און זײ װעלן ציטערן אַלע רגע, איטלעכער פֿאַר זײַן לעבן, אין טאָג פֿון דײַן פֿאַלן.
11װאָרעם אַזױ האָט געזאָגט אֲדֹנָי ה׳: די שװערד פֿון דעם מלך פֿון בָבֿל װעט קומען אױף דיר. 12דורך די שװערדן פֿון גיבוֹרים װעל איך מאַכן פֿאַלן דײַן המון; די פֿאָרכטיקסטע פֿון די פֿעלקער זײַנען זײ אַלע.
16אַ קלאָגליד איז דאָס, און קלאָגן װעט מען עס; די טעכטער פֿון די פֿעלקער װעלן עס קלאָגן; אױף מִצרַיִם און אױף איר גאַנצן המון װעלן זײ עס קלאָגן, זאָגט אֲדֹנָי ה׳.
17און עס איז געװען אין צװעלפֿטן יאָר, אין פֿופֿצנטן טאָג פֿון חודש איז געװען דאָס װאָרט פֿון ה׳ צו מיר, אַזױ צו זאָגן: 18מענטשנקינד, יאָמער אױף דעם המון פֿון מִצרַיִם, און מאַך זײ נידערן – זי מיט די טעכטער פֿון מאַכטיקע פֿעלקער, אין דער אונטערשטער ערד, מיט די גענידערטע אין גרוב.
20צװישן דערשלאָגענע פֿון שװערד זאָלן זײ פֿאַלן; צו דער שװערד איז זי איבערגעגעבן געװאָרן; שלעפּט זי אַראָפּ מיט איר גאַנצן המון. 21די שטאַרקסטע גיבוֹרים װעלן רעדן פֿון אים מיט זײַנע העלפֿער פֿון מיטן דער שְׁאֹול; זײ האָבן גענידערט, זיך געלײגט, די אומבאַשניטענע, דערשלאָגענע פֿון שװערד.
22דאָרטן איז אשור מיט איר גאַנצן געזעמל – רונד אַרום איר אירע קבֿרים; אַלע דערשלאָגענע, געפֿאַלן פֿון שװערד – 23װאָס אירע קבֿרים זײַנען פֿאַרלײגט אין די עקן פֿון גרוב, און איר געזעמל איז רונד אַרום איר קבֿר; אַלע דערשלאָגענע, געפֿאַלן פֿון שװערד, װאָס האָבן אָנגעװאָרפֿן אַ שרעק אין לאַנד פֿון די לעבעדיקע.
24דאָרטן איז עֵילָם מיט איר גאַנצן המון רונד אַרום איר קבֿר; אַלע דערשלאָגענע, געפֿאַלן פֿון שװערד, װאָס האָבן גענידערט אומבאַשניטענע אין דער אונטערשטער ערד, װאָס האָבן אָנגעװאָרפֿן זײער שרעק אין לאַנד פֿון די לעבעדיקע, און זײ טראָגן זײער שאַנד מיט די גענידערטע אין גרוב. 25צװישן דערשלאָגענע האָט מען איר אַ געלעגער געגעבן מיט איר גאַנצן המון; רונד אַרום איר אירע קבֿרים; אַלע אומבאַשניטענע, דערשלאָגן פֿון שװערד; װײַל זײער שרעק איז געװען אָנגעװאָרפֿן אין לאַנד פֿון די לעבעדיקע, דערום טראָגן זײ זײער שאַנד מיט די גענידערטע אין גרוב; צװישן געשלאָגענע זײַנען זײ געלײגט געװאָרן.
26דאָרטן איז מֶשֶך, תּובַֿל מיט איר גאַנצן המון; רונד אַרום איר אירע קבֿרים; אַלע אומבאַשניטענע, אַרײַנגעשטאָכן {חלל}[1] פֿון שװערד; װײַל זײ האָבן אָנגעװאָרפֿן זײער שרעק אין לאַנד פֿון די לעבעדיקע. 27און די געפֿאַלענע פֿון די אומבאַשניטענע װעלן נישט ליגן מיט די גיבוֹרים װאָס האָבן גענידערט אין שְׁאֹול מיט זײערע כּלי-מלחמה, און זײערע שװערדן האָט מען געלײגט אונטער זײערע קעפּ; װאָרעם זײערע זינד זײַנען אױף זײער געבײן, װײַל דער שרעק פֿון די גיבוֹרים איז געװען אין לאַנד פֿון די לעבעדיקע. 28אױך דו װעסט צװישן אומבאַשניטענע צעבראָכן װערן, און ליגן מיט דערשלאָגענע פֿון שװערד.
29דאָרטן איז אֶדוֹם, אירע מלכים און אַלע אירע פֿירשטן, װאָס זײַנען בײַ אַל זײער גבֿורה געלײגט געװאָרן מיט דערשלאָגענע פֿון שװערד; מיט אומבאַשניטענע ליגן זײ, און מיט די גענידערטע אין גרוב.
30דאָרטן זײַנען די פֿירשטן פֿון צפֿון אַלע, און אַלע צידוֹנים, װאָס האָבן גענידערט מיט דערשלאָגענע; בײַ אַל זײערע אָנשרעק דורך זײער גבֿורה זײַנען זײ פֿאַרשעמט; און זײ ליגן אומבאַשניטענע מיט דערשלאָגענע פֿון שװערד, און טראָגן זײער שאַנד מיט די גענידערטע אין גרוב.
31זײ װעט פַּרעה זען, און װעט זיך טרײסטן אױף זײַן גאַנצן המון, די דערשלאָגענע פֿון שװערד – פַּרעה מיט זײַן גאַנצן חיל, זאָגט אֲדֹנָי ה׳. 32װאָרעם איך טו װאַרפֿן מײַן שרעק אין לאַנד פֿון די לעבעדיקע; און ער װעט געלײגט װערן צװישן אומבאַשניטענע, מיט דערשלאָגענע פֿון שװערד – פַּרעה מיט זײַן גאַנצן המון, זאָגט אֲדֹנָי ה׳.