1און עס איז געװען אין עלפֿטן יאָר, אין דריטן חודש, אין ערשטן טאָג פֿון חודש, איז געװען דאָס װאָרט פֿון ה׳ צו מיר, אַזױ צו זאָגן:
10דערום האָט אֲדֹנָי ה׳ אַזױ געזאָגט: װײַל דו ביסט געװען הױך אין װוּקס; און ער האָט אױסגעשטרעקט זײַן שפּיץ פֿון צװישן געדיכטענישן, און זײַן האַרץ האָט זיך דערהױבן פֿון װעגן זײַן הײך, 11דערום װעל איך אים געבן אין דער האַנט פֿון דעם מאַכטיקסטן פֿון די פֿעלקער; רעכענען װעט ער זיך רעכענען מיט אים; פֿאַר זײַן שלעכטיקײט טו איך אים פֿאַרטרײַבן. 12און אים שנײַדן אָפּ פֿרעמדע, די פֿאָרכטיקסטע פֿון די פֿעלקער, און זײ װאַרפֿן אים אַװעק; אױף אַלע בערג און אין אַלע טאָלן פֿאַלן זײַנע צװײַגן, און זײַנע ריטער ליגן צעבראָכן אין אַלע גראָבנס פֿון דער ערד; און אַלע פֿעלקער פֿון דער ערד נידערן פֿון זײַן שאָטן, און פֿאַרלאָזן אים. 13אױף זײַן געפֿאַלענעם שטאַם רוען אַלע פֿױגלען פֿון הימל, און אױף זײַנע ריטער זײַנען אַלע חיות פֿון פֿעלד; 14כּדי קײן בײמער בײַם װאַסער זאָלן זיך נישט גרײסן מיט זײער װוּקס, און נישט אױסשטרעקן זײער שפּיץ פֿון צװישן געדיכטענישן; און עס זאָלן נישט שטײן אין זײער הײך זײערע מאַכטיקע, אַלע אָנגעטרונקענע מיט װאַסער; װאָרעם זײ אַלע זײַנען איבערגעגעבן געװאָרן צום טױט, צו דער אונטערשטער ערד, צװישן די קינדער פֿון מענטשן, צו די גענידערטע אין גרוב.
15אַזױ האָט געזאָגט אֲדֹנָי ה׳: אין דעם טאָג װאָס ער האָט גענידערט אין שְׁאֹול, האָב איך געמאַכט טרױערן, האָב איך צוגעדעקט דעם תּהום װעגן אים, און איך האָב פֿאַרמיטן זײַנע טײַכן, און פֿאַרהאַלטן געװאָרן זײַנען די גרױסע װאַסערן; און איך האָב געמאַכט פֿינצטער װעגן אים דעם לבֿנוֹן, און אַלע בײמער פֿון פֿעלד האָבן געחלשט װעגן אים. 16מיט דעם הילך פֿון זײַן פֿאַלן האָב איך אױפֿגעשטורעמט די פֿעלקער, װען איך האָב אים געמאַכט נידערן אין שְׁאֹול מיט די גענידערטע אין גרוב. און זיך געטרײסט אין דער אונטערשטער ערד האָבן אַלע בײמער פֿון עֵדֶן, די געקליבנסטע און בעסטע פֿון לבֿנוֹן, אַלע אָנגעטרונקענע מיט װאַסער. 17זײ אױך האָבן מיט אים גענידערט אין שְׁאֹול, צו די דערשלאָגענע פֿון שװערד – די װאָס זײַנען זײַן אָרעם געװען, װאָס זײַנען געזעסן אין זײַן שאָטן צװישן די פֿעלקער.
18צו װעמען אַזױנס גלײַכסטו זיך אין כּבֿוד און אין גרױסקײט צװישן די בײמער פֿון עֵדֶן? אָבער װעסט גענידערט װערן מיט די בײמער פֿון עֵדֶן אין דער אונטערשטער ערד; צװישן אומבאַשניטענע װעסטו ליגן, מיט דערשלאָגענע פֿון שװערד.
ער, פַּרעה, און זײַן גאַנצער המון, זאָגט אֲדֹנָי ה׳.