1אַזױ זײַנען פֿאַרענדיקט געװאָרן דער הימל און די ערד און זײער גאַנצער צבֿאָ. 2און אלֹקים האָט געענדיקט צום זיבעטן טאָג זײַן אַרבעט װאָס ער האָט געמאַכט, און ער האָט גערוט אױפֿן זיבעטן טאָג פֿון זײַן גאַנצער אַרבעט װאָס ער האָט געמאַכט. 3און אלֹקים האָט געבענטשט דעם זיבעטן טאָג, און האָט אים געהײליקט, װאָרעם אין אים האָט ער גערוט פֿון זײַן גאַנצער אַרבעט װאָס אלֹקים האָט באַשאַפֿנדיק געמאַכט.
4דאָס איז די געשיכטע פֿון דעם הימל און דער ערד װען זײ זײַנען באַשאַפֿן געװאָרן, אין דעם טאָג װאָס ה׳ אלֹקים האָט געמאַכט ערד און הימל.
5און קײן שפּראָצונג פֿון פֿעלד איז נאָך נישט געװען אױף דער ערד, און קײן קרײַטעכץ פֿון פֿעלד האָט נאָך נישט געשפּראָצט {צמח},[1] װאָרעם ה׳ אלֹקים האָט נישט געמאַכט רעגענען אױף דער ערד, און אַ מענטש איז נישט געװען צו באַאַרבעטן די ערד; 6נאָר אַ נעפּל אױפֿגײן פֿון דער ערד, און פֿלעגט אָנטרינקען דאָס גאַנצע געזיכט פֿון דער ערד. 7האָט ה׳ אלֹקים געפֿורעמט דעם מענטשן פֿון שטױב פֿון דער ערד, און האָט אַרײַנגעבלאָזן אין זײַנע נאָזלעכער אַן אָטעם פֿון לעבן, און דער מענטש איז געװאָרן אַ לעבעדיקער נפֿש (באַשעפֿעניש). 8און ה׳ אלֹקים האָט געפֿלאַנצט אַ גאָרטן אין עֵדֶן, אין מזרח, און האָט דאָרטן אַרײַנגעזעצט דעם מענטשן װאָס ער האָט געפֿורעמט. 9און ה׳ אלֹקים האָט געמאַכט שפּראָצן פֿון דער ערד אַלערלײ בײמער גלוסטיק אָנצוקוקן און גוט צום עסן; אױך דעם בױם פֿון לעבן, אין מיטן גאָרטן, און דעם בױם פֿון װיסן גוטס און שלעכטס.
10און אַ טײַך איז אַרױסגעגאַנגען פֿון עֵדֶן אָנצוטרינקען דעם גאָרטן, און פֿון דאָרטן האָט ער זיך צעשײדט, און איז געװאָרן פֿיר הױפּט טײלן. 11דער נאָמען פֿון אײנעם איז פּישון; דאָס איז דער װאָס רינגלט אַרום דאָס גאַנצע לאַנד חַוִילָה, װאָס דאָרטן איז דאָ גאָלד; 12און דאָס גאָלד פֿון יענעם לאַנד איז גוט. דאָרטן איז דער בדוֹלַח און דער אָניקלשטײן. 13און דער נאָמען פֿון צװײטן טײַך איז גיחוֹן; דאָס איז דער װאָס רינגלט אַרום דאָס גאַנצע לאַנד כּוּש. 14און דער נאָמען פֿון דריטן טײַך איז חִדֶקֶל; דאָס איז דער װאָס גײט צו מזרח פֿון אשור. און דער פֿירטער טײַך, דאָס איז פּרָת.
15און ה׳ אלֹקים האָט גענומען דעם מענטשן, און האָט אים אַרײַנגעזעצט אין גאָרטן פֿון עֵדֶן, אים צו באַאַרבעטן[2] און אים צו היטן. 16און ה׳ אלֹקים האָט אָנגעזאָגט דעם מענטשן, אַזױ צו זאָגן: פֿון אַלע בײמער פֿון גאָרטן מעגסטו עסן; 17אָבער פֿון דעם בױם פֿון װיסן גוטס און שלעכטס, פֿון אים זאָלסטו נישט עסן, װאָרעם אין דעם טאָג װאָס דו עסט פֿון אים, װעסטו זיכער שטאַרבן.
18און ה׳ אלֹקים האָט געזאָגט: עס איז נישט גוט דער מענטש זאָל זײַן אַלײן; איך װעל אים מאַכן אײנע געהילף װעדליק פֿאַר אים. 19און ה׳ אלֹקים האָט געפֿורעמט פֿון דער ערד אַלערלײ חיות פֿון פֿעלד און אַלערלײ פֿױגלען פֿון הימל, און געבראַכט צו דעם מענטשן, צו זען װאָס ער װעט זײ רופֿן, און װאָס נאָר דער מענטש װעט רופֿן איטלעך לעבעדיקע באַשעפֿעניש, דאָס זאָל זײַן איר נאָמען. 20האָט דער מענטש אָנגערופֿן נעמען פֿאַר אַלע בהמות, און פֿאַר די פֿױגלען פֿון הימל, און פֿאַר אַלע חיות פֿון פֿעלד; אָבער פֿאַר אָדָמען האָט ער נישט געפֿונען אַ געהילף װעדליק פֿאַר אים. 21האָט ה׳ אלֹקים געלאָזט פֿאַלן אַ טיפֿן שלאָף אױף דעם מענטשן, און ער איז אײַנגעשלאָפֿן; און ער האָט אַרױסגענומען אײנע פֿון זײַנע ריפּן, און האָט פֿאַרשטאָפּט איר אָרט מיט פֿלײש. 22און ה׳ אלֹקים האָט געבױט פֿון דער ריפּ, װאָס ער האָט אַרױסגענומען פֿון דעם מענטשן, אַ פֿרױ, און האָט זי געבראַכט צו דעם מענטשן. 23האָט דער מענטש געזאָגט:
24דערום פֿאַרלאָזט אַ מאַן זײַן פֿאָטער און זײַן מוטער, און באַהעפֿט זיך אָן זײַן װײַב, און זײ װערן אײן פֿלײש {בשׂר אֶחָד}.[3] 25און זײ זײַנען בײדע געװען נאַקעט, דער מענטש און זײַן װײַב, און זײ נישט האָבן מיט װאָס זיך צו שעמען {בושׁ}.[4]
1זייט מיינע נאכפאלגער, אזוי, ווי אויך איך בין פונם משיח.
2איך לויב אייך, ברידער, וואס איר געדענקט מיך אין אלעם, און איר האלט פעסט די קבלות, ווי איך האב זיי אייך איבערגעגעבן. 3איך וויל אייך אבער לאזן וויסן, אז דער קאפ פון יעדן מאן איז דער משיח; און דער קאפ פון דער פרוי איז דער מאן; און דער קאפ פון דעם משיח איז ה׳. 4יעדער מאן, ווען ער טוט תפילה אדער זאגט נבואות און זיין קאפ איז צוגעדעקט, פארשעמט זיין קאפ. 5און יעדע פרוי, ווען זי טוט תפילה אדער זאגט נבואות און איר קאפ איז אפגעדעקט, פארשעמט איר קאפ; ווארום עס איז איינס און דאס זעלביקע ווי זי וואלט זיך אפגעגאלט. 6ווארום אויב א פרוי פארהילט זיך נישט, זאל זי זיך אויך אפשערן; און אויב עס איז א בזיון פאר א פרוי זיך אפצושערן אדער אפצוגאלן (די האר), זאל זי זיך פארהילן. 7ווארום דער מאן טאקע איז נישט מחייב זיך צו פארדעקן דעם קאפ, ווייל ער איז ה׳ס אפבילד און כבוד; די פרוי אבער איז דער כבוד פון דעם מאן. 8ווארום נישט דער מאן איז פון דער פרוי, נאר די פרוי פון דעם מאן; 9אויך איז דער מאן נישט באשאפן געווארן צוליב דער פרוי, נאר די פרוי צוליב דעם מאן; 10דערפאר איז די פרוי מחייב צו האבן (א צייכן פון מאנס) הערשאפט אויפן קאפ פאר די מלאכימס וועגן. 11דאך איז נישט די פרוי אָן דעם מאן, נישט דער מאן אָן דער פרוי אינם האר. 12ווייל ווי די פרוי איז פון דעם מאן, אזוי איז דער מאן אויך דורך דער פרוי; אלץ אבער איז פון ה׳. 13משפט איר ביי זיך אליין: איז עס שיין, אז א פרוי זאל תפילה טאן צו ה׳ אומפארהילטערהייט? 14צי לערנט דען אייך נישט די נאטור אליין, אז אויב א מאן האט לאנגע האר, איז עס אן אומכבוד פאר אים? 15א פרוי אבער, אויב זי האט לאנגע האר, איז עס איר פראכט; ווייל די לאנגע האר זענען איר געגעבן געווארן ווי א שלייער. 16אויב אבער עמיצער האט בדעה צו זיין א ליבהאבער פון מחלוקת, האבן מיר נישט אזא געוואוינהייט, די קהלות פון ה׳ אויך נישט.
17און אנזאגנדיק אייך דאס דאזיקע, לויב איך אייך נישט, ווייל איר קומט זיך צונויף נישט צום בעסערן, נאר צום ערגערן. 18ווארום ערשטנס הער איך, אז ווען איר פארזאמלט זיך אין דער קהלה, זענען פאראן מחלוקת צווישן אייך; און א טייל דערפון גלויב איך. 19ווארום עס איז נויטווענדיק, אז עס זאלן זיין ביי אייך כתות, כדי די אויסגעפרואווטע זאלן באקאנט ווערן צווישן אייך. 20און ווען איר קומט זיך צוזאמען, איז עס נישט כדי צו עסן די סעודה פון דעם האר; 21ווארום יעדער איינער נעמט פארויס זיין אייגן מאלצייט בשעת דעם עסן; און איינער איז הונגעריק, און אן אנדערער איז שכור. 22צי האט איר דען נישט קיין הייזער, (וואו) צו עסן און טרינקען? אדער זענט איר מבזה די קהלה פון ה׳? און פארשעמט די, וואס האבן נישט? וואס זאל איך אייך זאגן? זאל איך אייך לויבן? פאר דעם לויב איך אייך נישט. 23ווארום איך האב עס בקבלה פון דעם האר, וואס איך האב אייך אויך איבערגעגעבן, אז דער האר יהושע/ישוע האט אין דער נאכט, אין וועלכער ער איז איבערגעגעבן געווארן, גענומען ברויט; 24און מאכנדיק א ברכה, האט ער עס צעבראכן און געזאגט: דאס איז מיין גוף, וועלכער ווערט געבראכן פאר אייערטוועגן; טוט דאס דאזיקע לזכרון פון מיר. 25אויך אזוי דעם בעכער נאך דער סעודה, זאגנדיק: דער דאזיקער כוס איז דער נייער בונד אין מיין בלוט; דאס טוט יעדעס מאל, ווען איר טרינקט (דערפון), לזכרון פון מיר. 26ווארום יעדעס מאל, ווען איר עסט דאס ברויט און טרינקט דעם דאזיקן כוס, זאגט איר אָן דעם הארס טויט, ביז ער וועט קומען. 27פאלגלעך, ווער עס עסט דאס ברויט אדער טרינקט דעם כוס פון דעם האר אומווירדיק, דער פארזינדיקט זיך קעגן דעם גוף און דעם בלוט פון דעם האר. 28נאר זאל זיך א מענטש אליין אויספרואוון, און אזוי עסן פון דעם ברויט און טרינקען פון דעם כוס. 29ווארום ווער עס עסט און טרינקט אומווירדיק, דער עסט און טרינקט א משפט פאר זיך, ווייל ער האט נישט געמאכט קיין הבדל צווישן דעם הארס גוף. 30צוליב דעם געפינען זיך צווישן אייך א סך שלאפע און קראנקע, און נישט ווייניקע זענען איינגעשלאפן (דעם שלאף פון טויט). 31אויב אבער מיר וואלטן זיך אליין אויסגעפארשט, וואלטן מיר נישט געמשפט געווארן. 32ווערן מיר אבער געמשפט פון דעם האר, ווערן מיר געציכטיקט, כדי מיר זאלן נישט פארמשפט ווערן צוזאמען מיט דער וועלט. 33דערפאר, ברידער מיינע, ווען איר קומט זיך צונויף צו עסן, ווארט איינער אויף דעם אנדערן. 34און אויב עמיצער איז הונגעריק, זאל ער עסן אינדערהיים, כדי איר זאלט זיך נישט צוזאמענקומען צו א משפט. און דאס איבריקע וועל איך מתקן זיין, ווי נאר איך וועל קומען.