AFIIOrthodox Hasidic Yiddish Tanakh › Isaiah 45
◄ Isaiah 44
Isaiah 45
יְשַעְיָה 45
Isaiah 46 ►
1אַזױ האָט געזאָגט ה׳ צו זײַן געזאַלבטן,
צו כּוֹרֶשן[1] װאָס איך האַלט זײַן רעכטע האַנט,
צו מאַכן אונטערטעניק פֿאַר אים פֿעלקער,
און איך זאָל לױז מאַכן די לענדן פֿון מלכים;
צו עפֿענען פֿאַר אים טירן,
און טױערן זאָלן נישט פֿאַרשלאָסן זײַן:
2איך װעל גײן דיר פֿאַרױס,
און קרומע ערטער װעל איך אױסגלײַכן;
קופּערנע טירן װעל איך צעברעכן,
און אײַזערנע ריגלען װעל איך צעהאַקן.
3און איך װעל דיר געבן די אוֹצרות פֿון דער פֿינצטערניש,
און די שאַצן פֿון פֿאַרבאָרגענישן,
כּדי זאָלסט װיסן אַז איך בין ה׳,
װאָס רופֿט דיך בײַם נאָמען, אלוקי יִשׂרָאֵל.
4פֿון װעגן דעם קנעכט מײַנעם יעקבֿ,
און יִשׂרָאֵל מײַן אױסדערװײלטן,
האָב איך דיך גערופֿן בײַ דײַן נאָמען,[2]
דיך באַטיטלט, הגם דו האָסט מיך נישט געקענט.
5איך בין ה׳, און מער איז נישטאָ,
חוץ מיר איז קײן אלֹקים נישט פֿאַראַן;
איך האָב דיך באַגורט, הגם דו האָסט מיך נישט געקענט;
6כּדי מע זאָל װיסן פֿון אױפֿגאַנג פֿון זון
און פֿון איר אונטערגאַנג,
אַז נישטאָ אױסער מיר;
איך בין ה׳, און מער איז נישטאָ;
7דער װאָס פֿורעמט ליכט, און באַשאַפֿט פֿינצטערניש,
מאַכט פֿריד, און באַשאַפֿט בײז;
איך ה׳ מאַך אַל די דאָזיקע.
8טריפֿט, איר הימלען, פֿון אױבן,
און די װאָלקנס זאָלן רינען גערעכטיקײט;
זאָל די ערד זיך עפֿענען,
און ישועות זאָלן זיך פֿרוכפּערן.
און רעכטפֿאַרטיקײט זאָל זײ מאַכן שפּראָצן באַגלײַך;
איך ה׳ האָב דאָס באַשאַפֿן.
9װײ, דער װאָס קריגט זיך מיט זײַן באַשעפֿער –
אַ שערבל צװישן שערבלעך פֿון דער ערד!
װעט דען זאָגן דער לײם צו זײַן פֿורעמער: װאָס טוסטו?
אָדער: דײַן אַרבעט איז אָן הענט?
10װײ, דער װאָס זאָגט צו דעם פֿאָטער:
נאָך װאָס מאַכסטו געבערן?
און צו דער פֿרױ:
נאָך װאָס האָסטו װײען?
11אַזױ האָט ה׳ געזאָגט,
דער הײליקער פֿון יִשׂרָאֵל און זײַן פֿורעמער:
פֿרעגט מיך דאָס קומעדיקע,
באַפֿעלט מיר װעגן מײַנע קינדער
און װעגן דעם װערק פֿון מײַנע הענט?
12איך האָב געמאַכט די ערד,
און דעם מענטשן אױף איר באַשאַפֿן;
איך – מײַנע הענט האָבן אױסגעצױגן די הימלען,
און זײער גאַנצן חיל האָב איך באַפֿױלן.
13איך האָב אים[3] דערװעקט מיט גערעכטיקײט,
און אַלע זײַנע װעגן װעל איך אױסגלײַכן;
ער װעט בױען מײַן שטאָט,
און מײַנע פֿאַרטריבענע װעט ער אַרױסלאָזן,
נישט אום געצאָלט, און נישט אום שוחד,
זאָגט ה׳ צבָֿאוֹת.
14אַזױ האָט ה׳ געזאָגט:
די מי פֿון מִצרַיִם, און דער מסחר פֿון כּוּש,
און די סבֿאים, די װוּקסיקע לײַט,
װעלן איבערגײן צו דיר, און דײַנע װעלן זײ װערן;
הינטער דיר װעלן זײ גײן,
אין קײטן װעלן זײ אַריבערקומען,
און בוקן װעלן זײ זיך צו דיר;
בעטן װעלן זײ זיך בײַ דיר:
נאָר בײַ דיר איז אֵל,
און אַחוּץ דיר איז נישט דאָ קײן אלֹקים.[4]
15פֿאַר װאָר, ביסט אַן אֵל װאָס פֿאַרבאָרגט זיך,
אלוקי יִשׂרָאֵל, דו העלפֿער.
16פֿאַרשעמט און אױך צו שאַנד װערן זײ אַלע,
מיט שאַנד גײען אַװעק אין אײנעם
אַלע מײַנסטערס פֿון געצנבילדער.
17יִשׂרָאֵל װערט געהאָלפֿן פֿון ה׳
אַן אײביקע הילף;
איר װעט נישט פֿאַרשעמט
און נישט האָבן מיט װאָס זיך צו שעמען {בושׁ} ביז אײביקאײביקײטן.[5]
18װאָרעם אַזױ האָט געזאָגט ה׳ דער באַשעפֿער פֿון די הימלען,
– ער, האלֹקים, װאָס האָט געפֿורעמט די ערד און זי געמאַכט;
ער װאָס האָט זי אױפֿגעשטעלט,
נישט פֿאַר אַ װיסטעניש זי באַשאַפֿן,
נאָר צום װױנען זי געפֿורעמט:
איך בין ה׳, און אַחוּץ איז נישט דאָ קײן אלֹקים.
19נישט אין פֿאַרבאָרגעניש האָב איך גערעדט,
אין אַן אָרט פֿון פֿינצטערלאַנד;
איך האָב נישט געזאָגט צו דעם זאָמען פֿון יעקבֿ:
אין װיסטעניש זוכט מיך;
איך ה׳ רעד גערעכטיקײט,
זאָג אָן די ריכטיקײט.
20זאַמלט אײַך אײַן און קומט גענענט אין אײנעם,
איר אַנטרונענע פֿון די פֿעלקער;
אָן פֿאַרשטאַנד זײַנען די װאָס טראָגן זײער האָלצגעשניץ,
און טוען תּפֿילה צו אַן אֵל װאָס העלפֿט נישט.
21זאָגט אָן, און מאַכט זײ גענענען,
און לאָמען האַלטן אַן עצה אין אײנעם:
װער האָט דאָס געלאָזט הערן פֿון פֿאַרצײַטן,
פֿון לאַנג אָן דאָס אָנגעזאָגט?
פֿאַר װאָר, איך ה׳,
און נישטאָ מער קײן אלֹקים אַחוץ מיר,
אַן אֵל אַ גערעכטער און אַ העלפֿער;
און אַחוּץ איז נישט דאָ קײן אלֹקים.
22קערט {פנה}[6] אײַך צו מיר, און װערט געהאָלפֿן,
אַלע עקן פֿון דער ערד;
װאָרעם איך בין אֵל,
און אַחוּץ איז נישט דאָ קײן אלֹקים.
23איך האָב געשװאָרן בײַ מיר:
אַ װאָרט איז אַרױס פֿון מײַן מױל אין גערעכטיקײט,
און װעט זיך נישט אומקערן,
אַז צו מיר זאָל זיך בײגן יעטװעדער קני,
זאָל שװערן יעטװעדער צונג.[7]
24נאָר אין ה׳ – װעט מען זאָגן פֿון מיר –
גערעכטיקײט און שטאַרקײט;
צו אים װעלן קומען און זיך שעמען
אַלע װאָס זײַנען אָנגעצונדן אױף אים.
25דורך ה׳ װעט דער גאַנצער זאָמען
פֿון יִשׂרָאֵל גערעכט װערן
און זיך רימען אין אים.
Notes & Cross-References
Brit Chadasha FootnoteRomans 10 →

1ברידער, דער באגער פון מיין הארצן און מיין תפילה צו ה׳ איז פאר זייער ישועה. 2ווארום איך זאג זיי עדות, אז זיי האבן א קנאות פאר ה׳, אבער נישט לויט דערקענטעניש. 3ווארום נישט קענענדיק די צדקות פון ה׳ און זוכנדיק אויפצושטעלן זייער אייגענע, האבן זיי זיך נישט אונטערטעניק געמאכט צו דער צדקות פון ה׳, 4ווארום דער תכלית פון דער תורה איז דער משיח צו צדקות פאר יעדן איינעם, וואס גלויבט.

5ווארום משה שרייבט איבער דער צדקות פון דער תורה, אז דער מענטש, וואס וועט זי טאן, וועט דורך איר לעבן. (ויקרא יח, ה.) 6אבער די צדקות פון אמונה זאגט אזוי: זאג נישט אין דיין הארצן, ווער וועט ארויפגיין אין הימל אריין? דאס הייסט, אראפצוברענגען משיחן, 7אויך נישט: ווער וועט אראפנידערן אין דער טיפעניש (אפגרונט)? דאס הייסט, ארויפצוברענגען משיחן פון די טויטע. 8נאר וואס זאגט זי? דאס ווארט איז נאענט צו דיר, עס איז אין דיין מויל, אין דיין הארצן; דאס הייסט, דאס ווארט פון אמונה, וואס מיר רופן אויס; 9ווייל אויב דו וועסט מודה זיין מיט דיין מויל יהושען/ישוען אלס האר, און גלויבן מיט דיין הארץ, אז ה׳ האט אים אויפגעוועקט פון די טויטע, וועסטו געראטעוועט ווערן. 10ווארום מיטן הארץ גלויבט מען צו צדקות (ישעיהו נג, יא; בראשית טו, ו.), און מיטן מויל איז מען מודה צו ישועה. 11ווארום דער פסוק זאגט: יעדער, וואס גלויבט אין אים, וועט נישט ווערן צו שאנד. (ישעיהו כח, טז.) 12ווארום עס איז נישטא קיין חילוק צווישן ייד און גריך, ווייל דער זעלביקער האר פון אלע איז רייך צו אלע, וואס רופן צו אים; 13ווארום יעדער איינער, וואס וועט אנרופן דעם הארס נאמען, וועט געראטעוועט ווערן. (יואל ג, ה.)

14וויאזוי זשע זאלן זיי אנרופן אים, אין וועמען זיי האבן נישט געגלויבט? און וויאזוי זאלן זיי גלויבן אין אים, פון וועמען זיי האבן נישט געהערט? און וויאזוי זאלן זיי הערן אָן א בעל דרשן? 15און וויאזוי זאל מען דרשענען, אויב מען ווערט נישט געשיקט? ווי עס שטייט געשריבן: ווי שיין זענען די פיס פון די, וואס ברענגען א בשורה פון גוטע זאכן. (ישעיהו נב, ז.) 16אבער נישט אלע האבן געהארכט דער בשורה טובה; ווארום ישעיה זאגט: האר, ווער האט געגלויבט וואס מיר האבן געהערט? (ישעיהו נג, א.) 17אזוי ארום איז דער גלויבן פון הערן, און דאס הערן דורך משיחס ווארט.

18אבער איך זאג: האבן זיי דען נישט געהערט? געוויס: זייער קלאנג איז ארויסגעגאנגען איבער דער גאנצער ערד, און ביז צו די עקן פון דער באוואויטער וועלט—זייערע ווערטער. (תהלים יט, ה.) 19אבער איך זאג: צי האט דען ישראל נישט געוואוסט? שוין משה זאגט:

איך וועל אייך מאכן אייפערן מיט דעם,
וואס איז נישט קיין פאלק,
מיט א נאריש פאלק
וועל איך אייך דערצערנען.
(דברים לב, כא.)

20ישעיה אבער פאסט מוט און זאגט: איך בין געפונען געווארן פון די, וואס האבן מיך נישט געזוכט, איך בין אנטפלעקט געווארן צו די, וואס האבן נישט געפרעגט נאך מיר. (ישעיהו סה, א.) 21אבער וועגן ישראל זאגט ער; דעם גאנצן טאג האב איך אויסגעשטרעקט מיינע הענט צו א ווידערשפעניק און אקייגנרעדנדיק פאלק. (ישעיהו סה, ב.)

OpenBible.info Cross-References (ranked by vote)
◄ Isaiah 44Isaiah 46 ►