AFIIOrthodox Hasidic Yiddish Tanakh › Isaiah 60
◄ Isaiah 59
Isaiah 60
יְשַעְיָה 60
Isaiah 61 ►
1שטײ אױף, לײַכט אױף, װאָרעם דײַן ליכט איז געקומען,
און די פּראַכט פֿון ה׳ שײַנט אױף איבער דיר.
2װאָרעם זע, פֿינצטערניש װעט באַדעקן די ערד,
און אַ נעבל די פֿעלקער,
אָבער אױף דיר װעט אױפֿשײַנען ה׳,
און זײַן פּראַכט װעט זיך װײַזן אױף דיר.
3און פֿעלקער װעלן גײן פֿאַר דײַן ליכט,[1]
און מלכים פֿאַר דער העלקײט פֿון דײַן שײַן.
4הײב אױף רונד אַרום דײַנע אױגן, און זע:
זײ אַלע זײַנען אײַנגעזאַמלט, זײ קומען צו דיר:
דײַנע זין קומען אָן פֿון דער װײַט,
און דײַנע טעכטער װערן אױפֿן זײַט געטראָגן.
5דענצמאָל װעסטו זען און װעסט לײַכטן,
און ציטערן און ברײט װערן װעט דײַן האַרץ;
װאָרעם איבערגײן צו דיר װעט די רײַכקײט פֿון ים,
דער פֿאַרמעג פֿון די פֿעלקער װעט קומען צו דיר.
6אַ שפֿע פֿון קעמלען װעט דיך באַדעקן,
יונגקעמלען פֿון מִדיָן און עֵיפֿה,
אַלע פֿון שבֿאָ געקומען;
גאָלד און װײַרעך װעלן זײ טראָגן,
און זײ װעלן מבֿשׂר זײַן דעם לױבן פֿון ה׳.
7אַלע שאָף פֿון קֵדָר װעלן אײַנגעזאַמלט װערן צו דיר,
די װידערס פֿון נבָֿיוֹת װעלן זײַן דיר צו דינסט;
זײ װעלן אױפֿגײן מיט באַװיליקונג אױף מײַן מזבח;
און מײַן הױז פֿון שײנקײט װעל איך באַשײנען.
8װער זײַנען די דאָזיקע װאָס פֿליִען װי אַ װאָלקן,
און װי די טױבן צו זײערע פֿענצטער?
9פֿאַר װאָר, צו מיר װעלן די אינדזלען זיך האָפֿן,
און די שיפֿן פֿון תַּרְשִיש צוערשט,
צו ברענגען דײַנע קינדער פֿון דער װײַט,
זײער גאָלד און זײער זילבער מיט זײ,
צום נאָמען פֿון ה׳ דײַן ג-ט,
און צום הײליקן פֿון יִשׂרָאֵל,
װײַל ער האָט דיך באַשײנט.
10און פֿרעמדגעבאָרענע װעלן בױען דײַנע מױערן,
און זײערע מלכים װעלן דיך באַדינען;
װאָרעם אין מײַן צאָרן {קֶצֶף}[2] האָב איך דיך געשלאָגן,
און אין מײַן באַװיליקונג האָב איך דיך דערבאַרעמט.
11און אָפֿן װעלן זײַן דײַנע טױערן תּמיד,
טאָג און נאַכט װעלן זײ נישט פֿאַרשלאָסן װערן,
כּדי צו ברענגען דעם פֿאַרמעג פֿון די פֿעלקער צו דיר;
און זײערע מלכים װעלן מיטפֿאָרן.
12װאָרעם דאָס פֿאָלק און דאָס קיניגרײַך,
װאָס װעלן דיר נישט דינען, װעלן אונטערגײן,
און די פֿעלקער װעלן װיסט פֿאַרװיסט װערן.
13די פּראַכט פֿון לבֿנוֹן װעט קומען צו דיר,
ציפּרעס, טענענבױם, און בוקסנבױם אין אײנעם,
צו באַשײנען דעם אָרט פֿון מײַן מִקדָש;
און דעם אָרט פֿון מײַנע פֿיס װעל איך ערלעכן.
14און געבױגן װעלן קומען צו דיר
די זין פֿון דײַנע פּײַניקער,
און בוקן זיך צו דײַנע פֿוסטריט
װעלן אַלע דײַנע לעסטערער;
און זײ װעלן דיך רופֿן די שטאָט פֿון ה׳,
צִיוֹן פֿון דעם הײליקן פֿון יִשׂרָאֵל.
15אַנשטאָט דײַן זײַן פֿאַרלאָזט און פֿאַרהאַסט,
און אָן אַ דורכגײער,
װעל איך דיך מאַכן צום אײביקן גרױסקײט,
אַ פֿרײד אױף דור-דורות.
16און װעסט זײגן דאָס מילך פֿון די פֿעלקער,
און די ברוסט פֿון מלכים װעסטו זײגן;
און דו װעסט װיסן אַז איך ה׳ בין דײַן העלפֿער,
און דײַן דערלײזער {גֹּואֵל}[3], דער שטאַרקער (ג-ט) פֿון יעקבֿ.
17אַנשטאָטן קופּער װעל איך ברענגען גאָלד,
און אַנשטאָטן אײַזן װעל איך ברענגען זילבער,
און אַנשטאָט די האָלצן, קופּער,
און אַנשטאָט די שטײנער, אײַזן;
און איך װעל מאַכן פֿאַר דײַן אױפֿזעער שלום,
און פֿאַר דײַנע הערשער גערעכטיקײט.
18מער װעט נישט געהערט װערן רױב אין דײַן לאַנד
פֿאַרװיסטונג און בראָך אין דײַנע געמאַרקן;
און װעסט רופֿן דײַנע מױערן ישועה,
און דײַנע טױערן לױב.
19די זון װעט דיר מער נישט זײַן פֿאַר ליכט בײַ טאָג,
און פֿאַר העלקײט װעט דיר נישט שײַנען די לבֿנה,
נאָר ה׳ װעט דיר זײַן פֿאַר אַן אײביקן ליכט,
און דײַן ג-ט פֿאַר דײַן שײנקײט.
20נישט אונטערגײן װעט דײַן זון מער,
און דײַן לבֿנה װעט נישט אײַנגעטאָן װערן,
װאָרעם ה׳ װעט דיר זײַן פֿאַר אַן אײביקן ליכט,
און געענדיקט װעלן זײַן די טעג פֿון דײַן טרױער.
21און דײַן פֿאָלק װעלן זײַן אַלע גערעכטע,
אױף אײביק װעלן זײ אַרבן דאָס לאַנד –
דער צװײַג {נֵצֶר} פֿון מײַן פֿלאַנצונג,
דאָס װערק פֿון מײַנע הענט זיך צום רימען.
22דער קלענסטער װעט װערן צו טױזנט,
און דער מינדסטער צום מאַכטיקן פֿאָלק;
איך ה׳ װעל דאָס אײַלן אין זײַן צײַט.[4]
Notes & Cross-References
Brit Chadasha FootnoteEphesians 5 →

1גייט דעריבער אין די דרכים פון ה׳, ווי געליבטע קינדער; 2און לעבט אין ליבע, ווי אויך דער משיח האט אייך ליב געהאט און זיך איבערגעגעבן פאר אונדז אלס א קרבן און זבח צו ה׳ פאר א ריח ניחוח. 3זנות אבער און יעדע טומאה אדער גייציקייט זאל אפילו נישט דערמאנט ווערן ביים נאמען צווישן אייך, ווי עס שטייט אָן פאר הייליקע; 4אויך נישט קיין ניבול‑פה און נארישע רייד אדער צוויידייטיקע וויצן, וואס פאסן זיך נישט; נאר ליבער (זאלט איר אפגעבן) א שבח. 5ווארום דאס דאזיקע זאלט איר וויסן זיין, אז קיין נואף אדער אומזויבערער (מענטש) אדער געלטגייציקער, וואס איז ווי א געצנדינער, האט נישט קיין נחלה אין דעם מלכות פון דעם משיח און ה׳. 6זאל אייך קיינער נישט פארפירן מיט פוסטע רייד; ווארום דורך די דאזיקע קומט ה׳ס צארן אויף די קינדער פון ווידערשפעניקייט. 7ווערט דעריבער נישט קיין מיטאנטיילנעמער מיט זיי; 8ווארום אמאל זענט איר געווען פינצטערניש, איצט אבער (זענט איר) ליכט אין דעם האר, פירט זשע זיך אויף ווי קינדער פונם ליכט— 9ווארום די פירות פון דעם ליכט באשטייען אין יעדער גוטסקייט און גערעכטיקייט און ווארהאפטיקייט— 10און פרובירט אויס וואס עס איז וואוילגעפעלן פאר דעם האר (ג‑ט); 11און האט נישט קיין חברותאשאפט מיט די אומפרוכטבארע מעשים פון דער פינצטערניש, נאר ליבער זאלט איר זיי שטראפן; 12ווארום עס איז אפילו א חרפה צו רעדן פון דעם, וואס זיי טאן אין פארבארגעניש. 13און אלץ, וואס ווערט געשטראפט פונם ליכט, ווערט אנטפלעקט, 14ווייל אלץ, וואס ווערט אנטפלעקט, איז ליכט. דערפאר זאגט ער:

וואך אויף, דו שלאפנדיקער,
און שטיי אויף פון די טויטע,
און דער משיח וועט דיך באלויכטן!
(ישעיהו ס, א.)

15גיט זשע גוט אכטונג וויאזוי איר לעבט, נישט ווי נאראנים, נאר ווי חכמים; 16אויסקויפנדיק די צייט, ווייל די טעג זענען בייז. 17צוליב דעם זאלט איר נישט זיין נאריש, נאר איר זאלט פארשטיין וואס דעם האר (ג‑טס) רצון איז. 18און שכורט זיך נישט אָן מיט וויין, אין וועלכן עס איז צעלאזנקייט, נאר ווערט אנגעפילט מיט דעם גייסט; 19רעדנדיק איינער מיט דעם אנדערן מיט שירות ותשבחות און רוחניותדיקע שירים, און זינגט און שפילט אין אייער הארץ צום האר; 20גיט אלעמאל אפ א שבח צו ג‑ט און דעם פאטער פאר אלעם אין דעם נאמען פון אונדזער האר יהושע/ישוע המשיח; 21און אונטערטעניקט זיך איינס צום אנדערן אין דער יראה פונם משיח.

22זאלן די פרויען זיין (אונטערטעניק) צו זייערע אייגענע מענער ווי צום האר, 23ווייל דער מאן איז דער קאפ פון דער פרוי, ווי אויך דער משיח איז דער קאפ פון דער קהלה; ער אליין איז דער רעטער פונם גוף. 24נאר ווי די קהלה איז אונטערטעניק צום משיח, אויך אזוי זאלן די פרויען (זיין) צו די מענער אין אלעם. 25איר מענער, האט ליב אייערע פרויען, ווי אויך דער משיח האט ליב געהאט די קהלה, און זיך אוועקגעגעבן פאר איר, 26כדי ער זאל זי הייליקן, האבנדיק זי טהור געמאכט דורך דער מקווה פון וואסער מיט דעם ווארט, 27כדי ער זאל אוועקשטעלן פאר זיך די קהלה א הערלעכע, וואס האט נישט קיין פלעק אדער קנייטש אדער עפעס דאס גלייכן, נאר אז זי זאל זיין הייליק און אָן א פעלער. 28אויך אזוי זענען די מענער מחייב ליב צו האבן זייערע פרויען ווי זייערע אייגענע קערפערס. ווער עס האט ליב זיין אייגענע פרוי, דער האט זיך אליין ליב; 29ווארום קיינער האט נאך קיינמאל נישט פיינט געהאט זיין אייגן לייב, נאר ער שפייזט עס און פלעגט עס אזוי, ווי אויך דער משיח די קהלה; 30ווייל מיר זענען גלידער פון זיין גוף. 31דערפאר וועט א מענטש פארלאזן דעם פאטער און די מוטער, און זיך באהעפטן מיט זיין ווייב, און די צוויי וועלן זיין איין פלייש. (בראשית ב, כד.) 32דאס דאזיקע איז א גרויסער סוד, איך רעד אבער פון דעם משיח און דער קהלה. 33דאך זאל אויך יעדער איינער פון אייך, איינער ווי דער אנדערער, אזוי ליב האבן זיין ווייב, ווי זיך אליין; און די פרוי זאל האבן ערעפורכט פארן מאן.

OpenBible.info Cross-References (ranked by vote)
◄ Isaiah 59Isaiah 61 ►