AFIIOrthodox Hasidic Yiddish Tanakh › Zechariah 14
◄ Zechariah 13
Zechariah 14
זְכַרְיָה 14
Malachi 1 ►

1זע, אַ טאָג קומט בײַ ה׳, און דײַן רױב {שָׁלָל}[1] װעט צעטײלט װערן אין דיר. 2און איך װעל אײַנזאַמלען אַלע פֿעלקער קײן ירושָלַיִם אױף מלחמה; און די שטאָט װעט באַצװוּנגען װערן, און די הײַזער װעלן צערױבט װערן, און די װײַבער װעלן געשענדט װערן; און אַ האַלבע שטאָט װעט אין גלות אַװעק, אָבער דער רעשט פֿון דעם פֿאָלק װעט נישט פֿאַרשניטן {כרת}[2] װערן פֿון שטאָט. 3און ה׳ װעט אַרױסגײן, און װעט מלחמה האַלטן מיט יענע פֿעלקער, װי בעת זײַן מלחמה האַלטן אין טאָג פֿון שטרײַט. 4און זײַנע פֿיס װעלן שטײן אין יענעם טאָג אױפֿן הַר-הַזֵיתים, װאָס פֿאַר ירושָלַיִם פֿון מזרח, און דער הַר-הַזֵיתים װעט זיך שפּאַלטן איבער העלפֿט, צו מזרח און צו מערבֿ, אױף זײער אַ גרױסן טאָל; און אַ העלפֿט באַרג װעט זיך אַװעקרוקן קײן צפֿון, און אַ העלפֿט פֿון אים קײן דָרום. 5און איר װעט אַנטלױפֿן צום טאָל פֿון די בערג, װאָרעם דער טאָל פֿון די בערג װעט גרײכן ביז אָצַל; און איר װעט לױפֿן װי איר זײַט געלאָפֿן פֿון דער ערדציטערניש אין די טעג פֿון עוּזִיָה דעם מלך פֿון יהוּדה; און ה׳ מײַן ג-ט װעט קומען, און אַלע הײליקע מיט דיר.

6און עס װעט זײַן: אין יענעם טאָג װעט נישט זײַן קײן ליכטיקײט, נײַערט אַ שװערקײט און פֿאַרגליװערטקײט. 7און עס װעט זײַן אײן לאַנגער טאָג, װאָס װעט זײַן באַװוּסט װי ה׳ס טאָג, נישט טאָג און נישט נאַכט; אָבער עס װעט זײַן, צו אָװנטצײַט װעט װערן ליכטיק.

8און עס װעט זײַן אין יענעם טאָג, װעלן אַרױסגײן לעבעדיקע װאַסערן פֿון ירושָלַיִם, העלפֿט פֿון זײ צום פֿעדערשטן ים, און העלפֿט פֿון זײ צום הינטערשטן ים; אום זומער און אום װינטער װעט עס זײַן.

9און ה׳ װעט זײַן צום מלך איבער דער גאַנצער ערד; אין יענעם טאָג װעט זײַן אײן ה׳, און זײַן נאָמען אײנער.[3]

10דאָס גאַנצע לאַנד װעט פֿאַרקערט װערן װי דער פּלױן, פֿון גֶבַֿע ביז רִמוֹן, אין דָרום פֿון ירושָלַיִם; און זי װעט זיצן דערהױבן אױף איר אָרט, פֿון דעם טױער פֿון בנימין ביז דעם אָרט פֿון ערשטן טױער, ביז דעם װינקלטױער, און פֿון דעם טורעם פֿון חַנַנאֵל ביז דעם מלכס קעלטערן. 11און זײ װעלן זיצן דערין, און קײן פֿאַרװיסטונג װעט מער נישט זײַן, און ירושָלַיִם װעט זיצן אין זיכערקײט.

12און דאָס װעט זײַן די פּלאָג װאָס ה׳ װעט פּלאָגן אַלע אומות װאָס זײַנען אַרױס אין קריג אױף ירושָלַיִם: זײער פֿלײש װעט צעקריכן װי זײ שטײען אױף זײערע פֿיס, און זײערע אױגן װעלן צעקריכן אין זײערע לעכער, און זײער צונג װעט צעקריכן אין זײער מױל.

13און עס װעט זײַן אין יענעם טאָג, װעט װערן אױף זײ אַ גרױסע מהומה פֿון ה׳, און זײ װעלן אָנכאַפּן אײנער דעם אַנדערנס האַנט, און אײנעמס האַנט װעט זיך אױפֿהײבן קעגן אַנדערנס האַנט. 14און אױך יהוּדה װעט מלחמה האַלטן אױף ירושָלַיִם; און אײַנגעזאַמלט װעט װערן דער פֿאַרמעג פֿון אַלע פֿעלקער רונד אַרום, גאָלד און זילבער און קלײדער זײער פֿיל. 15און אַזױ אױך װעט זײַן די פּלאָג פֿונעם פֿערד, פֿונעם מױלאײזל, פֿונעם קעמל, און פֿונעם אײזל, און פֿון איטלעכער בהמה װאָס װעט זײַן אין יענע מחנות – אַזױ װי די דאָזיקע פּלאָג.

16און עס װעט זײַן, איטלעכער װאָס איז געבליבן פֿון אַלע פֿעלקער װאָס זײַנען געקומען אױף ירושָלַיִם, װעט אַרױפֿגײן יאָר פֿאַר יאָר זיך צו בוקן צו דעם קיניג, ה׳ צבָֿאוֹת, און צו האַלטן דעם יוֹם-טובֿ פֿון סוכּוֹת. 17און עס װעט זײַן, װער פֿון די משפּחות פֿון דער ערד עס װעט נישט אַרױפֿגײן קײן ירושָלַיִם זיך צו בוקן צו דעם קיניג, ה׳ צבָֿאוֹת, װעט אױף זײ נישט זײַן קײן רעגן; 18און אױב די משפּחה פֿון מִצרַיִם װעט נישט אַרױפֿגײן, און קומט נישט, װעט אױף זײ װעלן נישט באַקומען קײן רעגן; דאָס װעט זײַן די פּלאָג װאָס ה׳ װעט פּלאָגן די פֿעלקער װאָס װעלן נישט אַרױפֿגײן צו האַלטן דעם יוֹם-טובֿ פֿון סוכּוֹת. 19דאָס װעט זײַן די שטראָף פֿון מִצרַיִם, און די שטראָף פֿון אַלע פֿעלקער װאָס װעלן נישט אַרױפֿגײן צו האַלטן דעם יוֹם-טובֿ פֿון סוכּוֹת.

20אין יענעם טאָג װעט אױף די גלעקלעך פֿון די פֿערד שטײן הײליק צו ג-ט; און די טעפּ אין ה׳ס הױז װעלן זײַן אַזױ װי די שפּרענגבעקנס װאָס פֿאַרן מזבח. 21און יעטװעדער טאָפּ אין ירושָלַיִם און אין יהוּדה װעט זײַן הײליק צו ה׳ צבָֿאוֹת, און אַלע װאָס ברענגען אַ שלאַכטאָפּפֿער װעלן קומען און נעמען פֿון זײ, און קאָכן אין זײ; און עס װעט מער נישט זײַן קײן הענדלער אין הױז פֿון ה׳ צבָֿאוֹת אין יענעם טאָג.

Notes & Cross-References
Brit Chadasha FootnoteRevelation 11 →

1און מען האט מיר געגעבן א טראשטשינע, גלייך צו א מאסשטאב; און מיר געזאגט: שטיי אויף, און מעסט דעם היכל פון ה׳, און דעם מזבח, און די, וועלכע בוקן זיך דרינען. 2און דעם חצר אין דרויסן פונם היכל זאלסטו אויסלאזן, און אים נישט מעסטן, ווייל ער איז געגעבן געווארן צו די אומות (העולם); און די הייליקע שטאט וועלן זיי צעטרעטן צוויי און פערציק חדשים לאנג. 3און איך וועל געבן מיינע צוויי עדות, און זיי וועלן נבואות זאגן טויזנט צוויי הונדערט און זעכציק טעג לאנג, אנגעטאן אין זעק. 4די דאזיקע זענען די צוויי איילבערטביימער און די צוויי מנורות, וואס שטייען פאר דעם רבונו של עולם. 5און אויב עמיצער וויל זיי שאדן טאן, גייט ארויס א פייער פון זייער מויל און פארצערט זייערע שונאים; און אויב עמיצער וועט זיי וועלן שאדן טאן, מוז ער אָט אזוי אומקומען. 6די דאזיקע האבן די מאכט צו פארשליסן דעם הימל, כדי עס זאל נישט פאלן קיין רעגן אין די טעג פון זייער נבואה; און האבן מאכט איבער די וואסערן, צו פארקערן זיי צו בלוט, און צו שלאגן די ערד מיט יעדער פלאג, ווי אפט זיי ווילן נאר. 7און ווען זיי וועלן פארענדיקן זייער עדות זאגן, וועט די חיה, וואס קומט ארויף אויס דעם תהום, מלחמה האלטן מיט זיי, און זיי מנצח זיין, און זיי טייטן. 8און זייערע לייבער וועלן ליגן אויף דער גאס פון דער גרויסער שטאט, וואס, רוחניותדיק גערעדט, הייסט סדום און מצרים, וואו אויך זייער האר איז אויפגעהאנגען אויף דער בוים געווארן. 9און (לייט) פון פעלקער און שבטים און לשונות און אומות קוקן אויף זייערע גופים דריי מיט א האלבן טאג לאנג, און דערלאזן נישט, אז מען זאל לייגן זייערע גופים אין א קבר אריין. 10און די איינוואוינער אויף דער ערד פרייען זיך איבער זיי, און זענען זיך משמח; און וועלן זיך שיקן מתנות איינער דעם אנדערן; ווייל די דאזיקע צוויי נביאים האבן געפייניקט די איינוואוינער אויף דער ערד. 11און נאך דריי און א האלבן טאג איז אריינגעגאנגען אין זיי א גייסט פון לעבן פון ה׳, און זיי האבן זיך געשטעלט אויף זייערע פיס; און א גרויסע מורא איז געפאלן אויף די, וואס האבן זיי געזען. 12און האבן געהערט א הויך קול פון הימל זאגן צו זיי: קומט ארויף אהער! און זיי זענען ארויפגעגאנגען אין הימל אריין אין א וואלקן; און זייערע שונאים האבן זיי געזען. 13און אין יענער שעה איז געווארן א גרויסע ערדציטערניש, און א צענטל פון דער שטאט איז איינגעפאלן; און אין דער ערדציטערניש זענען אומגעקומען זיבן טויזנט מענטשן; און די איבריקע זענען פול געווארן מיט מורא, און האבן אפגעגעבן כבוד צום ג‑ט פון הימל.

14דער צווייטער וויי איז אריבער; אָט קומט דער דריטער וויי אין גיכן.

15און דער זיבעטער מלאך האט געבלאזן; און עס זענען געקומען הויכע קולות אין הימל, אזוי צו זאגן: דאס מלכות פון דער וועלט איז געווארן (דאס מלכות) פון אונדזער האר און פון זיין משיח; און ער וועט קעניגן לעלמי עולמים. (דניאל ז, יג-יד.) 16און די פיר און צוואנציק זקנים, וועלכע זיצן אויף זייערע טראנען פאר ה׳, זענען אנידערגעפאלן אויף זייערע פנימער און האבן זיך געבוקט צו ה׳, 17און געזאגט: מיר דאנקען דיר, האר ג‑ט, אלמעכטיקער, וועלכער ביסט און ביסט געווען; ווייל דו האסט גענומען דיין גרויסע ממשלה און קעניגסט. 18און די פעלקער זענען געווארן צארנדיק, און דיין צארן איז געקומען, און די צייט פון די מתים, געמשפט צו ווערן, און צו געבן דעם שכר צו דיינע קנעכט די נביאים, און צו די קדושים, און די, וועלכע פארכטן זיך פאר דיין נאמען, די קליינע און די גרויסע, און צו פארדארבן די פארדארבער פון דער ערד.

19און עס האט זיך אויפגעמאכט דער היכל פון ה׳ אין הימל, און אין זיין היכל האט זיך באוויזן דער ארון הברית; און עס זענען געקומען בליצן און קולות און דונערן און אן ערדציטערניש און א געוואלדיקער האגל.

OpenBible.info Cross-References (ranked by vote)
◄ Zechariah 13Malachi 1 ►