AFIIOrthodox Hasidic Yiddish Tanakh › Ezekiel 38
◄ Ezekiel 37
Ezekiel 38
יחֶזקֵאל 38
Ezekiel 39 ►

1און דאָס װאָרט פֿון ה׳ איז געװען צו מיר, אַזױ צו זאָגן: 2מענטשנקינד, טו דײַן פּנים קעגן גוֹגן, פֿון דעם לאַנד מָגוֹג, דער פֿירשט פֿון ראָש, מֶשֶך און תּובַֿל, און זאָג נבֿיאות איבער אים; 3און דו זאָלסט זאָגן, אַזױ האָט געזאָגט אֲדֹנָי ה׳, זע, איך בין קעגן דיר, אָ גוג, פֿירשט פֿון רוש, מֶשֶך און תּובַֿל. 4און איך װעל דיך פֿאַרנאַרן, און װעל אַרײַנטאָן רינגען אין דײַנע קינבאַקן, און װעל דיך אַרױסציען מיט דײַן גאַנצן חיל, פֿערד און רײַטער, פּראַכטיק אָנגעטאָן אַלע, אַ גרױס געזעמל, מיט שריון און שילדן, װאָס האַלטן שװערדן אַלע. 5פָּרַס, כּוּש, און פּוּט מיט זײ, אַלע מיט שילדן און קויכויס. 6גוֹמֶר, און אַלע אירע מחנות, דאָס הױז פֿון תּוֹגַרמָה, די עקן פֿון צפֿון, און אַלע זײערע מחנות – פֿיל פֿעלקער מיט דיר.

7ברײט דיך אָן און זײַ אָנגעברײט, דו און אַלע דײַנע געזעמלען װאָס זײַנען אײַנגעזאַמלט אַרום דיר, און זײַ בײַ זײ אָפּגעהיט. 8אין פֿיל טעג אַרום װעסטו באַפֿױלן װערן, אין סוף פֿון די יאָרן װעסטו קומען אױף אַ לאַנד װאָס איז אומגעקערט פֿון שװערד, װאָס איז אײַנגעזאַמלט פֿון פֿיל פֿעלקער – אױף די בערג פֿון יִשׂרָאֵל. װאָס זײַנען געװען אַ שטענדיקע װיסטעניש; אָבער עס איז אַרױסגעצױגן געװאָרן פֿון די פֿעלקער, און זײ זיצן אין זיכערקײט אַלע. 9און װעסט אַרױפֿגײן װי עס קומט אַ געװיטער, װי אַ װאָלקן צו באַדעקן די ערד װעסטו זײַן, דו און אַלע דײַנע מחנות, און פֿיל פֿעלקער מיט דיר.

10אַזױ האָט געזאָגט אֲדֹנָי ה׳: און עס װעט זײַן אין יענעם טאָג, װעלן דיר אַרױפֿקומען זאַכן אױפֿן האַרצן, און װעסט טראַכטן אַ בײזע טראַכטונג. 11און װעסט זאָגן: איך װעל אַרױפֿגײן אױף דעם לאַנד פֿון אָפֿענע שטעט, איך װעל קומען אױף די רויִקע װאָס זיצן אין זיכערקײט, װאָס זיצן אַלע אָן אַ מױער, און נישטאָ בײַ זײ ריגל און טױערן; 12צו רױבן זאַקרױב, און צו ראַבעװען רױב, צו לײגן דײַן האַנט אױף חורבֿות באַזעצטע, און אױף אַ פֿאָלק אײַנגעזאַמלט פֿון פֿיל פֿעלקער, װאָס האָט אָנגעשאַפֿט פֿיך און פֿאַרמעג – די װאָס זיצן אױפֿן נאָפּל פֿון דער ערד. 13שבֿאָ, און דדָן, און די סוחרים פֿון תַּרְשִיש, און אַלע אירע יונגלײבן, װעלן זאָגן צו דיר: קומסטו זאַקרױב צו רױבן? האָסטו אײַנגעזאַמלט דײַן געזעמל רױב צו ראַבעװען? זילבער און גאָלד אַװעקצוטראָגן? פֿיך און פֿאַרמעג אַװעקצונעמען? פֿיל זאַקרױב צו רױבן?

14דערום זאָג נבֿיאות, דו מענטשנקינד, און זאָלסט זאָגן צו גוֹגן: אַזױ האָט געזאָגט אֲדֹנָי ה׳: פֿאַר װאָר, אין יענעם טאָג װאָס מײַן פֿאָלק יִשׂרָאֵל זיצט אין זיכערקײט, װעסטו זיך דערװיסן. 15און װעסט קומען פֿון דײַן אָרט, פֿון די עקן פֿון צפֿון, דו, און פֿיל פֿעלקער מיט דיר, רײַטער אױף פֿערד אַלע, אַ גרױס געזעמל, און חיל אַ סך. 16און װעסט אַרױפֿגײן אױף מײַן פֿאָלק יִשׂרָאֵל װי אַ װאָלקן צו באַדעקן די ערד – אין סוף פֿון די טעג װעט דאָס זײַן – און איך װעל דיך ברענגען אױף מײַן לאַנד, כּדי די אומות זאָלן מיך דערקענען, װען איך װער געהײליקט דורך דיר, גוֹג, פֿאַר זײערע אױגן.

17אַזױ האָט געזאָגט אֲדֹנָי ה׳: דו ביסט דאָך דער װאָס איך האָב אָנגעזאָגט אין פֿריִערדיקע טעג דורך מײַנע קנעכט די נבֿיאים פֿון יִשׂרָאֵל, װאָס האָבן נבֿיאות געזאָגט אין יענע טעג, יאָרן נאָכאַנאַנד, אַז איך װעל דיך ברענגען אױף זײ. 18און עס װעט זײַן אין יענעם טאָג, אין דעם טאָג װאָס גוֹג קומט אױף דער ערד פֿון יִשׂרָאֵל, זאָגט אֲדֹנָי ה׳, װעט אױפֿגײן מײַן גרימצאָרן אין מײַן נאָז. 19און אין מײַן פֿאַרדראָס, אין דעם פֿײַער פֿון מײַן קִנְאָה האָב איך גערעדט: אױב אין יענעם טאָג װעט נישט זײַן אַ גרױסע ציטערניש אױף דער ערד פֿון יִשׂרָאֵל! 20און ציטערן װעלן פֿאַר מיר די פֿישן פֿון ים, און דער פֿױגל פֿון הימל. און די חיה פֿון פֿעלד, און יעטװעדער שרץ װאָס קריכט אױף דער ערד, און יעטװעדער מענטש װאָס אױפֿן געזיכט פֿון דער ערד; און צעשטערט װערן װעלן די בערג, און אײַנפֿאַלן װעלן די פֿעלדזטרעפּ, און יעטװעדער מױער װעט צו דער ערד פֿאַלן. 21און איך װעל רופֿן קעגן אים אױף אַלע מײַנע בערג אַ שװערד, זאָגט אֲדֹנָי ה׳; אײנעמס שװערד װעט זײַן קעגן אַנדערן. 22און איך װעל זיך משפּטן מיט אים, מיט פּעסט און מיט בלוט; און אַ פֿלײציקן רעגן, און האָגלשטײנער, פֿײַער, און שװעבל, װעל איך מאַכן רעגענען אױף אים און אױף זײַנע מחנות און אױף די פֿיל פֿעלקער װאָס מיט אים. 23און איך װעל געגרײסט װערן און געהײליקט װערן, און איך װעל זיך לאָזן דערקענען פֿאַר די אױגן פֿון פֿיל אומות, און זײ װעלן װיסן אַז איך בין ה׳.

Brit Chadasha FootnoteRevelation 20 →

1און איך האב געזען א מלאך אראפנידערן פון הימל, האבנדיק דעם שליסל צום אפגרונט און א גרויסע קייט אין זיין האנט. 2און ער האט געכאפט די שלאנג, דעם נחש הקדמוני, וואס איז דער טייוול (אליין) און דער שׂטן, און אים געבונדן אויף טויזנט יאר, 3און אריינגעווארפן אין תהום אריין, און אים פארשלאסן און פארחתמעט פון אויבן, כדי ער זאל מער נישט פארפירן די פעלקער, ביז די טויזנט יאר וועלן זיך ענדיקן; דערנאך מוז ער לויז ווערן אויף א קורצער צייט.

4און איך האב געזען טראנען, און מען האט זיך אנידערגעזעצט אויף זיי, און דאס משפט איז זיי געגעבן געווארן; און די נשמות פון די, וואס מען האט זיי אפגעהאקט דעם קאפ צוליב דעם עדות זאגן פון יהושען/ישוען און צוליב ה׳ס ווארט, און וועלכע האבן זיך נישט געבוקט צו דער חיה, נישט צו איר בילד, און נישט אנגענומען דעם סימן אויף זייער שטערן און נישט אויף זייער האנט; און זיי זענען לעבעדיק געווארן, און האבן געקעניגט צוזאמען מיט דעם משיח טויזנט יאר. 5די איבריקע מתים זענען נישט לעבעדיק געווארן ביז די טויזנט יאר האבן זיך געענדיקט. דאס איז דאס ערשטע תחית המתים. 6געבענטשט און הייליק איז דער, וואס האט א חלק אין דעם ערשטן אויפשטיין; איבער די דאזיקע האט דער צווייטער טויט נישט קיין שליטה; נאר זיי וועלן זיין כהנים פאר ה׳ און פאר דעם משיח, און וועלן קעניגן מיט אים די טויזנט יאר. און ווען עס וועלן זיך ענדיקן די טויזנט יאר, 7וועט דער שׂטן ארויסגעלאזט ווערן פון זיין געפענקעניש, 8און וועט ארויסגיין צו פארפירן די פעלקער אין די פיר עקן פון דער ערד, גוג און מגוג, זיי איינצוזאמלען צו דער מלחמה; זייער צאל איז ווי די צאל פון דעם זאמד ביים ים. 9און זיי זענען ארויפגעגאנגען אויף דער ברייט פון דער ערד און האבן ארומגערינגלט די מחנה פון די קדושים און די געליבטע שטאט; און א פייער האט אראפגענידערט פון הימל, און זיי פארצערט. (יחזקאל לח, ב, כב.) 10און דער טייוול, וואס האט זיי פארפירט, איז אריינגעווארפן געווארן אינם טייך פון פייער און שוועבל, וואו (עס געפינען זיך) אויך די חיה און דער פאלשער נביא; און זיי וועלן געפייניקט ווערן בייטאג און ביינאכט לעלמי עולמים.

11און איך האב געזען א גרויסן ווייסן כסא הכבוד, און דעם, וועלכער איז געזעסן אויף אים; פאר זיין פנים זענען ערד און הימל אנטרונען; און קיין ארט האט זיך מער נישט געפונען פאר זיי. 12און איך האב געזען די טויטע, די גרויסע און די קליינע, שטיין פאר דעם כסא הכבוד; און ספרים זענען געווען אויפגעמאכט; און אן אנדער ספר איז אויפגעמאכט געווארן, דאס איז דאס ספר החיים (בוך פון לעבן); און די מתים זענען געמשפט געווארן אויס דעם, וואס שטייט געשריבן אין די ספרים, לויט זייערע מעשים. 13און דער ים האט אפגעגעבן די טויטע, וואס האבן זיך געפונען אין אים; און דער טויט און דאס שאול תחתית האבן אפגעגעבן די מתים, וואס זענען געווען אין זיי; און יעדער איינער איז געמשפט געווארן לויט זיינע מעשים. 14און דער טויט און דאס שאול תחתית זענען אריינגעווארפן געווארן אין דעם טייך פון פייער. דאס איז דער צווייטער טויט—דער טייך פון פייער. 15און ווער עס האט זיך נישט געפונען איינגעשריבן אין דעם ספר החיים, דער איז אריינגעווארפן געווארן אין דעם טייך פון פייער.

OpenBible.info Cross-References (ranked by vote)
◄ Ezekiel 37Ezekiel 39 ►