1און דאָס װאָרט פֿון ה׳ איז געװען צו מיר, אַזױ צו זאָגן:
2און דו מענטשנקינד, הײב אױף אַ קלאָג אױף צוֹר,
3און זאָלסט זאָגן צו צוֹר,
װאָס זיצט בײַ די אײַנגאַנגען פֿון ים,
װאָס האַנדלט מיט פֿעלקער אין אינדזלען פֿיל:
אַזױ האָט געזאָגט אֲדֹנָי ה׳:
צוֹר, דו האָסט געזאָגט:
איך בין פֿאַרפֿול אין שײנקײט.
4אין האַרצן פֿון די ימען זײַנען דײַנע געמאַרקן,
דײַנע בױערס האָבן דײַן שײנקײט פֿאַרפֿולט.
5פֿון ציפּרעסן פֿון שׂניר
האָבן זײ דיר אַלע ברעטער געבױט;
צעדער פֿון לבֿנוֹן האָבן זײ גענומען
צו מאַכן מאַסטן פֿאַר דיר.
6פֿון אײכנבײמער פֿון בָשָן
האָבן זײ דײַנע רודערס געמאַכט;
דײַן דעק האָבן זײ געמאַכט
פֿון עלפֿנבײן מיט בוקסנהאָלץ
פֿון די אינדזלען פֿון די כִּתּים.
7לײַנען מיט שטיקערײַ פֿון מִצרַיִם
איז דײַן זאַגל געװען,
דיר צו זײַן פֿאַר אַ פֿאָן;
בלאָ און פּורפּל פֿון די אינדזלען פֿון אֶלישָה
איז דײַן איבערדעק געװען.
8די באַװױנער פֿון צידון און אַרוַד
זײַנען דיר רודערערס געװען;
דײַנע קלוגע לײַט, צוֹר, זײַנען אין דיר געװען,
זײ זײַנען דײַנע שיפֿפֿירער געװען.
9די עלטסטע פֿון גבֿל און אירע קלוגע לײַט
זײַנען אין דיר געװען דײַנע שפּאַלטנפֿאַרריכטער;
אַלע שיפֿן פֿון ים מיט זײערע שיפֿלײַט
זײַנען אין דיר געװען, צו האַנדלען דײַן האַנדל.
10פָּרַס און לוד און פּוּט זײַנען אין דײַן חיל געװען, דײַנע לײַט פֿון מלחמה; שילד און קיװער האָבן זײ אױפֿגעהאַנגען אין דיר, זײ האָבן דיר שײנקײט געגעבן. 11די זין פֿון אַרוַד און חֵילֵך אױף דײַנע מױערן רונד אַרום, און די גַמָדים זײַנען אין דײַנע טורעמס געװען; זײערע שילדן האָבן זײ אױפֿגעהאַנגען אױף דײַנע מױערן רונד אַרום; זײ האָבן דײַן שײנקײט פֿאַרפֿולט. 12תַּרְשִיש איז דײַן סוֹחר געװען, פֿון װעגן דער פֿילקײט פֿון אַלערלײ גוטס; מיט זילבער, אײַזן, צין, און בלײַ, האָבן זײ פֿאַר דײַנע סחורות אָפּגעגעבן. 13יָוָן, תּובַֿל, און מֶשֶך, זײ זײַנען דײַנע האַנדלסלײַט געװען; נפֿשות פֿון מענטשן און קופּערנע כּלים האָבן זײ דיר אין האַנדל געגעבן. 14פֿון דעם הױז פֿון תּוֹגַרמָה פֿערד און רײַטער און מױלאײזלען האָט מען פֿאַר דײַנע סחורות געגעבן. 15די זין פֿון דדָן זײַנען דײַנע האַנדלסלײַט געװען; פֿיל אינדזלען זײַנען געװען די סחורה פֿון דײַן האַנט; הערנער פֿון עלפֿנבײן און עבנהאָלץ האָבן זײ דיר אָפּגאָב געבראַכט. 16אַרָם איז דײַן סוֹחר געװען, פֿון װעגן פֿיל געשעפֿטן דײַנע; מיט גאַרפֿונקל, פּורפּל, און שטיקערײַ, און פֿײַנלײַנען, און קאַרעלן, און רובין, האָבן זײ פֿאַר דײַנע סחורות אָפּגעגעבן. 17יהוּדה און דאָס לאַנד פֿון יִשׂרָאֵל, זײ זײַנען דײַנע האַנדלסלײַט געװען; װײץ פֿון מנית, און זיסװאַרג, און האָניק און אײל, און באַלזאַם, האָבן זײ דיר אין האַנדל געגעבן. 18דַמֶשֶׂק איז דײַן סוֹחר געװען, צוליב די פֿיל געשעפֿטן דײַנע, פֿון װעגן דער פֿילקײט פֿון אַלערלײ גוטס, אין װײַן פֿון חֶלבון, און װײַסער װאָל. 19וְדָן און יָוָן האָבן געגעבן געשפּינס פֿאַר דײַנע סחורות; שמידאײַזן, קאַנײל, און געװירצראָר זײַנען געװען אין דײַן האַנדל. 20דדָן האָט געהאַנדלט מיט דיר אין טײַערע בגדים צום רײַטן. 21אַראַביאַ און אַלע פֿירשטן פֿון קֵדָר, זײ זײַנען די סוחרים פֿון דײַן האַנט געװען; אין לעמער, און װידערס, און בעק, דערין זײַנען זײ דײַנע סוחרים געװען. 22די האַנדלסלײַט פֿון שבֿאָ און רַעְמָה, זײ זײַנען דײַנע האַנדלסלײַט געװען; מיטן בעסטן פֿון אַלערלײ בשׂמים, און מיט אַלערלײ טײַער געשטײן, און גאָלד, האָבן זײ פֿאַר דײַנע סחורות אָפּגעגעבן. 23חָרָן און כַּנֵה און עֵדֶן, די האַנדלסלײַט פֿון שבֿאָ; און אַזױ האָבן די סוחרים פֿון אשור און כַּלמד מיט דיר. 24זײ זײַנען דײַנע האַנדלסלײַט געװען אין פּראַכטצײגן, אין בלאָע מאַנטלען און שטיקערײַ, און אין קאַסטנס מיט פֿאַרביקע טוכן, פֿאַרבונדן מיט שטריק, און באַפֿעסטיקט – אױף דײַן מאַרק. 25די שיפֿן פֿון תַּרְשִיש האָבן דיר דײַן האַנדל געבראַכט. און האָסט זיך אָנגעפֿילט, און ביסט זײער שװער געװען, אין האַרץ פֿון די ימען.
26אין גרױסע װאַסערן
האָבן דיך דײַנע רודערערס געבראַכט;
דער מזרח-װינט האָט דיך צעבראָכן
אין האַרצן פֿון די ימען.
27דײַן גוטס און דײַנע סחורות,
דײַן האַנדל, דײַנע שיפֿלײַט, און דײַנע שיפֿפֿירער,
דײַנע שפּאַלטנפֿאַרריכטער,
און די הענדלער פֿון דײַן האַנדל,
און אַלע דײַנע מלחמה-לײַט װאָס אין דיר,
און מיט אַל דײַן געזעמל װאָס אין דײַן מיט,
װעלן אַרײַנפֿאַלן אין האַרצן פֿון די ימען,
אין טאָג פֿון דײַן פֿאַלן.
28פֿון דעם װײגעשרײ פֿון דײַנע שיפֿפֿירער
װעלן שטורעמען די אינדן.
29און נידערן װעלן פֿון זײערע שיפֿן
אַלע װאָס האַלטן אַ רודער;
די שיפֿלײַט, אַלע שיפֿפֿירער,
װעלן אױף דער ערד בלײַבן שטײן.
30און זײ װעלן מאַכן הערן זײער קֹול װעגן דיר,
און שרײַען װעלן זײ ביטער;
און זײ װעלן אַרױפֿטאָן שטױב אױף זײערע קעפּ,
אין אַש װעלן זײ זיך קײַקלען.
31און מאַכן אַ פּליך װעלן זײ נאָך דיר,
און אָנגורטן זאַקקלײדער װעלן זײ,
און װײנען װעלן זײ אױף דיר
מיט אַ ביטער געמיט, אַ קלאָגעניש אַ ביטערע.
32און אין זײער יאָמער װעלן זײ אױפֿהײבן אױף דיר אַ קלאָג,
און קלאָגן װעלן זײ אױף דיר:
װער איז װי צוֹר געװען
פֿאַראַנקערט אין מיטן פֿון ים!
33װען דײַנע סחורות פֿלעגן פֿון די ימען אַרױס,
האָסטו פֿיל פֿעלקער אָנגעזעט;
מיט דײַן פֿיל גוטס און דײַן האַנדל
האָסטו רײַך געמאַכט די מלכים פֿון דער ערד.
34אַצונד אַז דו ביסט צעבראָכן פֿון די ימען,
אין די טיפֿענישן פֿון די װאַסערן,
אַז דײַן האַנדל און אַל דײַן געזעמל
זײַנען געפֿאַלן אין דײַן מיט,
35װערן אַלע באַװױנער פֿון די אינדזלען
באַנומען איבער דיר,
און זײערע מלכים שױדערן אַ שױדער;
זײער פּנים איז צערודערט.
36די סוחרים צװישן די פֿעלקער
שמוצערן אױף דיר;
אַ שרעקעניש ביסטו געװאָרן
און ביסט אױף אײביק נישטאָ.