1אָדָם, שֵת, אֶנוֹש; 2קֵינָן, מַהלַלאֵל, יֶרֶד; 3חַנוֹך, מתושֶלַח, לֶמֶך; 4נֹח, שֵם, חָם, און יֶפֶֿת.
5די זין פֿון יֶפֶֿתן: גוֹמֶר, און מָגוֹג, און מָדַי, און יָוָן, און תּובַֿל, און מֶשֶך, און תּירָס. 6און די זין פֿון גוֹמֶרן: אַשכּנַז, און ריפֿת, און תּוֹגַרמָה. 7און די זין פֿון יָוָנען: אֶלישָה, און תַּרְשִישָה, די כִּתּים, און די רוֹדָנים.
8די זין פֿון חָמען: כּוּש, און מִצרַיִם, פּוּט, און כּנַעַן. 9און די זין פֿון כּוּשן: סבֿאָ, און חַוִילָה, און סַבֿתּאָ, און רַעְמָה, און סַבֿתּכאָ. און די זין פֿון רַעְמָהן: שבֿאָ, און דדָן. 10און כּוּש האָט געבאָרן נִמרוֹדן. ער איז געװען דער ערשטער מאַכטיקער אױף דער ערד. 11און מִצרַיִם האָט געבאָרן די לודים, און די עַנָמים, און די להָבֿים, און די נַפֿתּוחים, 12און די פַּתרוסים, און די כַּסלוחים – פֿון װאַנען די פּלִשתּים זײַנען אַרױסגעקומען – און די כַּפֿתּוֹרים. 13און כּנַעַן האָט געבאָרן צידון זײַן בכוֹר, און חֵתן; 14און דעם יבֿוסי, און דעם אֶמוֹרי, און דעם גִרגָשי; 15און דעם חִוִי, און דעם עַרקי, און דעם סיני; 16און דעם אַרוָדי, און דעם צמָרי, און דעם חַמָתי.
17די זין פֿון שֵמען: עֵילָם, און אשור, און אַרפַּכשַד, און לוד, און אַרָם, און עוץ, און חול, און גֶתֶר, און מֶשֶך. 18און אַרפַּכשַד האָט געבאָרן שֶלַחן, און שֶלַח האָט געבאָרן עֵבֶֿרן. 19און בײַ עֵבֶֿרן זײַנען געבאָרן געװאָרן צװײ זין; דער נאָמען פֿון אײנעם איז געװען פֶּלֶג, װײַל אין זײַנע טעג איז צעטײלט געװאָרן די ערד; און דער נאָמען פֿון זײַן ברודער איז געװען יָקטָן. 20און יָקטָן האָט געבאָרן אַלמוֹדָדן, און שֶלֶפֿן, און חַצַרמָוֶתן, און יֶרַחן; 21און הַדוֹרָמען, און אוזָלן, און דִקלָהן; 22און עֵיבֿלן, און אַבֿימָאֵלן, און שבֿאָן; 23און אוֹפֿירן, און חַוִילָהן, און יוֹבֿבֿן. די אַלע זײַנען געװען יָקטָנס זין.
24שֵם, אַרפַּכשַד, שֶלַח; 25עֵבֶֿר, פֶּלֶג, רְעו; 26שׂרוג, נָחוֹר, תֶּרַח; 27אַבֿרם, דאָס איז אבֿרהם. 28די זין פֿון אבֿרהמען: יִצחָק, און יִשמָעֵאל.
29דאָס זײַנען זײערע געבורטן: דער בכוֹר פֿון יִשמָעֵאלן, נבָֿיוֹת, און קֵדָר, און אַדבאֵל, און מִבֿשָׂם; 30מִשמָע, און דומָה, מַשׂאָ, חַדַד, און תֵּימאָ; 31איטור, נָפֿיש, און קֵדמָה. דאָס זײַנען די זין פֿון יִשמָעֵאלן.
32און די זין פֿון קטורָה, אבֿרהמס קעפּסװײַב: זי האָט געבאָרן זִמרָנען, און יָקשָנען, און מדָנען, און מִדיָנען, און יִשבקן, און שוחַן. און די זין פֿון יָקשָנען זײַנען געװען: שבֿאָ, און דדָן. 33און די זין פֿון מִדיָנען: עֵיפֿה, און עֵפֿר, און חַנוֹך, און אַבֿידָע, און אֶלדָעָה. די אַלע זײַנען געװען די זין פֿון קטורָהן.
34און אבֿרהם האָט געבאָרן יִצחָקן. די זין פֿון יִצחָקן זײַנען געװען: עֵשָׂו, און יִשׂרָאֵל.
35די זין פֿון עֵשָׂון: אֶליפַֿז, רְעואֵל, און יְעוש, און יַעְלָם, און קֹרַח. 36די זין פֿון אֶליפַֿזן: תֵּימָן, און אוֹמָר צפֿי, און גַעְתָּם, קנַז, און תִּמנַע, און עַמָלֵק. 37די זין פֿון רְעואֵלן: נַחַת, זֶרַח, שַמָה, און מִזָה.
38און די זין פֿון שֵׂעִירן: לוֹטָן, און שוֹבָֿל, און צִבֿעוֹן, און עַנָה, און דִשוֹן, און אֵצֶר, און דישָן. 39און די זין פֿון לוֹטָנען: חוֹרי, און הוֹמָם; און די שװעסטער פֿון לוֹטָנען: תִּמנַע. 40די זין פֿון שוֹבָֿלן: עַליָן, און מָנַחַת, און עֵיבֿל, שפֿי, און אוֹנָם. און די זין פֿון צִבֿעוֹנען: אַיָה, און עַנָה. 41די זין פֿון עַנָהן: דישוֹן. און די זין פֿון דישוֹנען: חמרָן, און אֶשבן, און יִתרָן, און כּרָן. 42די זין פֿון אֵצֶרן: בלהָן, און זַעֲוָן, יַעֲקָן. די זין פֿון דישוֹנען: עוץ, און אַרָן.
43און דאָס זײַנען די מלכים װאָס האָבן געקיניגט אין לאַנד אֶדוֹם אײדער עס האָט געקיניגט אַ קיניג בײַ די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל: בֶלַע דער זון פֿון בעוֹרן; און דער נאָמען פֿון זײַן שטאָט איז געװען דִנהָבֿה.
44איז בֶלַע געשטאָרבן, און אױף זײַן אָרט[1] האָט געקיניגט יוֹבֿבֿ דער זון פֿון זֶרַחן, פֿון בָצרָה. 45איז יוֹבֿבֿ געשטאָרבן, און אױף זײַן אָרט[2] האָט געקיניגט חושָם פֿון לאַנד פֿון דעם תֵּימָני. 46איז חושָם געשטאָרבן, און אױף זײַן אָרט[3] האָט געקיניגט הַדַד דער זון פֿון בדַדן, װאָס האָט געשלאָגן מִדיָן אין פֿעלד פֿון מוֹאָבֿ; און דער נאָמען פֿון זײַן שטאָט איז געװען עַוִית. 47איז הַדַד געשטאָרבן, און אױף זײַן אָרט[4] האָט געקיניגט שַׂמלָה פֿון מַשׂרֵקָה. 48איז שַׂמלָה געשטאָרבן, און אױף זײַן אָרט[5] האָט געקיניגט שָאול פֿון רחוֹבֿוֹת בײַם טײַך. 49איז שָאול געשטאָרבן, און אױף זײַן אָרט[6] האָט געקיניגט בַעַל-חָנָן דער זון פֿון עַכבוֹרן; 50איז בַעַל-חָנָן געשטאָרבן, און אױף זײַן אָרט[7] האָט געקיניגט הַדַד; און דער נאָמען פֿון זײַן שטאָט איז געװען פָּעִי; און דער נאָמען פֿון זײַן װײַב איז געװען מהֵיטַבֿאֵל די טאָכטער פֿון מַטרֵד דער טאָכטער פֿון מֵי-זָהָבֿן. 51און הַדַד איז געשטאָרבן. און די פֿירשטן פֿון אֶדוֹם זײַנען געװען: דער פֿירשט פֿון תִּמנַע, דער פֿירשט פֿון עַלוָה, דער פֿירשט פֿון יתֵת; 52דער פֿירשט פֿון אָהליבָֿמָה, דער פֿירשט פֿון אֵלָה, דער פֿירשט פֿון פּינוֹן; 53דער פֿירשט פֿון קנַז, דער פֿירשט פֿון תֵּימָן, דער פֿירשט פֿון מִבֿצָר; 54דער פֿירשט פֿון מַגדיאֵל, דער פֿירשט פֿון עִירָם. דאָס זײַנען די פֿירשטן פֿון אֶדוֹם.
1און אין דעם פופצענטן יאר פון דער הערשאפט פון קיסר טיבעריוס, בעת פאנטיוס פילאטוס איז געווען גובערנאטאר פון יהודה, און הורדוס איז געווען טעטרארך פון גליל, און פיליפוס, זיין ברודער, איז געווען טעטרארך פון איטורעא און פון דער געגנט טראכאניטיס, און ליזיאנוס איז געווען טעטרארך פון אבילענע, 2ווען חנן און קיפא זענען געווען כהנים גדולים, איז ה׳ס ווארט געקומען צו יוחנן בן זכריה אין דער מדבר. 3און ער איז געקומען אין דער גאנצער אומגעגנט פון ירדן און האט אויסגערופן א מקווה פון תשובה צו דער פארגעבונג פון זינד, 4אזוי ווי עס שטייט געשריבן אינם ספר פון די ווערטער פון ישעיה הנביא:
7און ער האט געזאגט צו די המונים מענטשן, וואס זענען ארויסגעקומען געטובלט צו ווערן אין דער מקווה פון אים: איר שפראץ פון שלאנגען, ווער האט אייך געגעבן צו פארשטיין צו אנטלויפן פון דעם קומענדיקן צארן? 8ברענגט דעריבער פירות, (וואס זענען) ווירדיק פון תשובה, און הויבט נישט אָן זיך איינצורעדן: מיר האבן אברהם אלס אונדזער פאטער; ווארום איך זאג אייך, אז ה׳ איז בכוח אויס די דאזיקע שטיינער אויפצושטעלן קינדער צו אברהמען. 9און די האק ליגט אויך שוין ביים ווארצל פון די ביימער; דעריבער יעדער איינער בוים, וואס ברענגט נישט קיין גוטע פירות, ווערט אפגעהאקט און געווארפן אין פייער אריין. 10און די מאסן מענטשן האבן אים געפרעגט, אזוי צו זאגן: וואס זשע זאלן מיר טאן? 11און ער האט ענטפערנדיק צו זיי געזאגט: ווער עס האט צוויי העמדער, דער זאל זיך טיילן מיט דעם, וואס האט גארנישט; און דער, וואס האט שפייז, זאל אויך אזוי טאן! 12און אויך שטייער אויפמאנער זענען געקומען צו לאזן זיך טובל זיין אין דער מקווה און האבן געזאגט צו אים: רבי, וואס זאלן מיר טאן? 13האט ער צו זיי געזאגט: פאדערט נישט מער ווי עס איז אייך באשטימט געווארן! 14און אויך זעלנער האבן אים געפרעגט, אזוי צו זאגן: און מיר, וואס זאלן מיר טאן? און ער האט צו זיי געזאגט: באדריקט קיינעם נישט, ברענגט נישט קיין מסירות אויף קיינעם, און באגענוגענט אייך מיט אייער געהאלט.
15און אזוי ווי דאס פאלק איז געווען אין דערווארטונג, און אלע האבן זיך געפרעגט אין זייערע הערצער וועגן יוחנן, צי איז ער אליין נישט אפשר דער משיח, 16האט יוחנן געענטפערט זאגנדיק צו אלעמען: איך טובל אייך טאקע מיט וואסער אין א מקווה, עס קומט אבער א שטארקערער פון מיר; וועמען איך בין נישט ווערט אויפצובינדן דאס שנירל פון זיינע שיך; ער וועט אייך טובל זיין אין א מקווה מיט דעם רוח הקודש און מיט פייער; 17זיין ווינטשויפל איז אין זיין האנט, אויסצורייניקן זיין דרעשעריי און איינצוזאמלען דעם ווייץ אין שייער אריין, די פלעווע אבער וועט ער פארברענען מיט פייער, וואס לעשט זיך נישט אויס. 18און נאך מיט א סך אנדערע אזהרות האט ער אנגעזאגט די גוטע בשורה צום פאלק. 19הורדוס אבער, דער טעטרארך, ווערנדיק געמוסרט פון אים וועגן הורודיה, זיין ברודערס ווייב, און וועגן אלע מעשים רעים, וואס הורדוס האט געטאן, 20האט ער צו דעם אלעם צוגעלייגט אויך דאס דאזיקע, וואס ער האט יוחנן פארשלאסן אין געפענקעניש.
21און עס איז געשען, בשעת דאס גאנצע פאלק האט זיך געלאזט טובל זיין אין דער מקווה און יהושע/ישוע איז אויך געטובלט געווארן אין דער מקווה און האט תפילה געטאן, האט זיך דער הימל געעפנט, 22און דער רוח הקודש איז אראפגעקומען אויף אים אין א קערפערלעך געשטאלט, ווי א טויב; און עס איז געקומען א קול פון הימל; דו ביסט מיין געליבטער זון, אין דיר האב איך א וואוילגעפעלן!
23און יהושע/ישוע אליין איז אלט געווען ביי דרייסיק יאר ווען ער האט אנגעהויבן (זיין עבודה); און איז געווען, ווי מען האט געמיינט, דער זון פון יוסף בן עלי, 24בן מתת, בן לוי, בן מלכי, בן יני, בן יוסף, 25בן מתתיהו, בן עמוס, בן נחום, בן חסלי, בן נגי, 26בן מחת, בן מתתיהו, בן שמעי, בן יוסף, בן יודה, 27בן יוחנן, בן רישא, בן זרובבל, בן שאלתיאל, בן נרי, 28בן מלכי, בן אדי, בן קוסם, בן אלמודם, בן ער, 29בן יהושע/ישוע, בן אליעזר, בן יורים, בן מתת, בן לוי, 30בן שמעון, בן יהודה, בן יוסף, בן יונם, בן אליקים, 31בן מליא, בן מינא, בן מתתה, בן נתן, בן דוד, 32בן ישי, בן עובד, בן בועז, בן שלמון, בן נחשון, 33בן עמינדב, בן אדמין, בן ארני, בן חצרון, בן פרץ, בן יהודה, 34בן יעקב, בן יצחק, בן אברהם, בן תרח, בן נחור, 35בן שרוג, בן רעו, בן פלג, בן עבר, בן שלח, 36בן קינן, בן ארפכשד, בן שם, בן נוח, בן למך, 37בן מתושלח, בן חנוך, בן ירד, בן מהללאל, בן קינן, 38בן אנוש, בן שת, בן אדם, בן אלקים.