AFIIOrthodox Hasidic Yiddish Tanakh › Genesis 21
◄ Genesis 20
Genesis 21
בְּרֵאשִׁית 21
Genesis 22 ►

1און ה׳ האָט געדאַכט אָן שׂרהן, אַזױ װי ער האָט געזאָגט, און ה׳ האָט געטאָן צו שׂרהן אַזױ װי ער האָט גערעדט. 2און שׂרה איז טראָגעדיק געװאָרן, און האָט געבאָרן אבֿרהמען אַ זון אױף זײַן עלטער, צו דער צײַט װאָס אלֹקים האָט אים אָנגעזאָגט. 3און אבֿרהם האָט גערופֿן דעם נאָמען פֿון זײַן זון װאָס איז אים געבאָרן געװאָרן, װאָס שׂרה האָט אים געבאָרן, יִצחָק. 4און אבֿרהם האָט געמַלט זײַן זון יִצחָקן צו אַכט טעג, אַזױ װי אלֹקים האָט אים באַפֿױלן. 5און אבֿרהם איז געװען הונדערט יאָר אַלט, װען זײַן זון יִצחָק איז אים געבאָרן געװאָרן.

6און שׂרה האָט געזאָגט: אַ געלעכטער האָט מיר אלֹקים געמאַכט; איטלעכער װאָס הערט עס, װעט לאַכן װעגן מיר. 7און זי האָט געזאָגט: װער װאָלט געזאָגט אבֿרהמען: שׂרה װעט קינדער זײגן? אַז איך װעל געבערן אַ זון אױף זײַן עלטער?

8און דאָס קינד איז געװאַקסן, און איז אַנטװױנט געװאָרן, און אבֿרהם האָט געמאַכט אַ גרױסן מאָלצײַט אין דעם טאָג װאָס יִצחָק איז אַנטװױנט געװאָרן.

9און שׂרה האָט געזען דעם זון פֿון הָגָר דער מִצרית, װאָס זי האָט געבאָרן אבֿרהמען, װי ער האָט‎ אָפּשפּעטן פֿון אים. 10און זי האָט געזאָגט צו אבֿרהמען: טרײַב אַרױס די דאָזיקע דינסט און איר זון, װאָרעם דער זון פֿון דער דאָזיקער דינסט װעט נישט ירשען מיט מײַן זון, מיט יִצחָקן.

11און די זאַך איז געװען זײער שלעכט אין די אױגן פֿון אבֿרהמען פֿון װעגן זײַן זון. 12האָט אלֹקים געזאָגט צו אבֿרהמען: זאָל נישט שלעכט זײַן אין דײַנע אױגן איבער דעם ייִנגל, און איבער דער דינסט; אַלץ װאָס שׂרה זאָגט דיר, הער זיך אײַן צו איר קֹול, װאָרעם אױף יִצחָקן װעט גערופֿן װערן דײַן זאָמען[1]. 13אָבער אױך דעם זון פֿון דער דינסט װעל איך מאַכן פֿאַר אַ פֿאָלק, װײַל ער איז דײַן זאָמען.

14האָט אבֿרהם זיך געפֿעדערט אין דער פֿרי, און ער האָט גענומען ברױט און אַ לאָגל װאַסער, און געגעבן צו הָגָרן – אַרױפֿגעטאָן אױף איר אַקסל – און אױך דאָס קינד, און האָט זי אַװעקגעשיקט; און זי איז אַװעקגעגאַנגען, און האָט אומגעבלאָנדזשעט אין דעם מדבר פֿון באֵר-שֶבַֿע. 15איז דאָס װאַסער אױסגעגאַנגען פֿון לאָגל, און זי האָט אַװעקגעװאָרפֿן דאָס קינד אונטער אײנעם פֿון די בײמלעך, 16און זי איז אַװעק און האָט זיך געזעצט אַקעגנאיבער פֿאַר אַ בױגנשאָס װײַט, װאָרעם זי האָט געזאָגט: לאָמיך נישט זען װי דאָס קינד שטאַרבט. און זי איז געזעסן אַקעגנאיבער, און האָט אױפֿגעהױבן איר קֹול און האָט געװײנט. 17האָט אלֹקים געהערט דעם קֹול פֿון דעם ייִנגל, און דער מלאך[2] פֿון ה׳ האָט גערופֿן צו הָגָרן פֿון הימל, און האָט צו איר געזאָגט: װאָס איז דיר, הָגָר? זאָלסט נישט מורא האָבן, װאָרעם ה׳ האָט צוגעהערט צו דעם קֹול פֿון דעם ייִנגל װוּ ער איז דאָרט. 18שטײ אױף, הײב אױף דעם ייִנגל, און האַלט אים צו מיט דײַן האַנט; װאָרעם פֿאַר אַ גרױס פֿאָלק װעל איך אים מאַכן.

19און אלֹקים האָט אױפֿגעעפֿנט אירע אױגן, און זי האָט דערזען אַ ברונעם װאַסער, און זי איז געגאַנגען און האָט אָנגעפֿילט דעם לאָגל מיט װאַסער, און געגעבן טרינקען דעם ייִנגל.

20און אלֹקים איז געװען מיטן ייִנגל, און ער איז אױפֿגעװאַקסן, און איז געזעסן אין מדבר, און איז געװען אַ בױגן-שיסער. 21און ער איז געזעסן אין מדבר פּאָרָן; און זײַן מוטער האָט אים גענומען אַ װײַב פֿון לאַנד מִצרַיִם.

22און עס איז געװען אין יענער צײַט, האָט אַבֿימֶלֶך און פֿיכול דער האַר פֿון זײַן חיל געזאָגט צו אבֿרהמען, אַזױ צו זאָגן: אלֹקים איז מיט דיר אין אַלץ װאָס דו טוסט; 23דערום שװער מיר דאָ אַצונד בײַ אלֹקים, אױב דו װעסט פֿעלשן אָן מיר, אָדער אָן מײַן זון, אָדער אָן מײַן אײניקל; אַזױ װי דער חֶסֶד װאָס איך האָב געטאָן מיט דיר, זאָלסטו טאָן מיט מיר, און מיט דעם לאַנד װאָס דו האָסט זיך אױפֿגעהאַלטן דרינען.

24האָט אבֿרהם געזאָגט: איך װעל שװערן. 25אָבער אבֿרהם האָט פֿאָרגעהאַלטן אַבֿימֶלֶכן װעגן דעם ברונעם װאַסער, װאָס די קנעכט פֿון אַבֿימֶלֶכן האָבן געגזלט. 26האָט אַבֿימֶלֶך געזאָגט: איך װײס נישט װער עס האָט געטאָן די דאָזיקע זאַך; װאָרעם נישט דו האָסט מיר צו מאָל דערצײלט, און נישט איך האָב עס צו מאָל געהערט אַחוץ הײַנט.

27האָט אבֿרהם גענומען שאָף און רינדער, און געגעבן אַבֿימֶלֶכן, און זײ האָבן בײדע געשלאָסן {כרת}[3] אַ ברית. 28און אבֿרהם האָט אַװעקגעשטעלט זיבן לעמער פֿון די שאָף באַזונדער. 29האָט אַבֿימֶלֶך געזאָגט צו אבֿרהמען: װאָס זײַנען די דאָזיקע לעמער, װאָס דו האָסט אַװעקגעשטעלט באַזונדער? 30האָט ער געזאָגט: פֿאַר װאָר, די זיבן לעמער מוזטו נעמען פֿון מײַן האַנט, כּדי דאָס זאָל מיר זײַן צום עדות, אַז איך האָב געגראָבן דעם דאָזיקן ברונעם. 31דערום האָט מען גערופֿן יענעם אָרט באֵר-שֶבַֿע, װײַל דאָרטן האָבן זײ בײדע זיך געגעבן אַ שבֿועה.

32אַזױ האָבן זײ געשלאָסן {כרת}[4] אַ ברית אין באֵר-שֶבַֿע; און אַבֿימֶלֶך און פֿיכול דער האַר פֿון זײַן חיל זײַנען אױפֿגעשטאַנען, און האָבן זיך אומגעקערט אין לאַנד פֿון די פּלִשתּים. 33און ער האָט געפֿלאַנצט אַ טאַמאַריסקנבױם אין באֵר-שֶבַֿע, און האָט דאָרטן גערופֿן צו דעם נאָמען פֿון ה׳,[5] דעם אײביקן ג-ט.

34און אבֿרהם האָט זיך אױפֿגעהאַלטן אין לאַנד פֿון די פּלִשתּים פֿיל טעג.

Notes & Cross-References
Brit Chadasha FootnoteGalatians 4 →

1איך זאג אבער, אז כל זמן דער יורש איז א קינד, אונטערשיידט ער זיך מיט גארנישט פון א קנעכט, הגם ער איז האר פון אלעם; 2נאר איז אונטער אפוטרופסים און פארוואלטערס, ביז צו דער צייט פארויסגעזעצט פון דעם פאטער. 3פונקט אזוי אויך מיר, בשעת מיר זענען געווען קינדער, זענען מיר געווען אין קנעכטשאפט אונטער די עלעמענטארע כללים פון דער וועלט; 4ווען אבער עס איז געקומען די דערפילונג פון דער צייט, האט ה׳ ארויסגעשיקט זיין זון, געבוירן פון א פרוי, געבוירן אונטער דער געזעץ, 5כדי אויסצולייזן די, וואס זענען אונטער דער געזעץ, כדי מיר זאלן באקומען דאס אדאפטירונג, 6און ווייל איר זענט קינדער, האט ה׳ ארויסגעשיקט דעם גייסט פון זיין זון אין אונדזערע הערצער אריין, וואס רופט: אבא, טאטע פאטער! 7דערפאר ביסטו מער נישט קיין קנעכט, נאר א זון; און אויב א זון, (דאן) אויך א יורש דורך ה׳.

8נאר דעמאלט, ווען איר האט נישט געקענט ה׳, האט איר געדינט צו די, וואס מן הטבע זענען נישט קיין ג‑טער; 9איצט אבער, קענענדיק ה׳, יא נאך מער, דערקענט פון ה׳, וויאזוי קערט איר זיך עפעס ווידער אום צו די שוואכע און ארעמע אנהויב יסודות, צו וועלכע איר ווילט ווידער, אויפסניי זיין אין קנעכטשאפט? 10טעג היט איר אפ און חדשים און זמנים און יארן. 11איך האב מורא פאר אייך, טאמער האב איך געפראצעוועט צווישן אייך אומזיסט.

12איך בעט אייך, ברידער, זייט ווי איך בין, ווייל איך בין אויך ווי איר זענט. איר האט מיך גארנישט באעוולט; 13נאר איר ווייסט, אז צוליב א שלאפקייט אינם לייב האב איך אייך דאס ערשטע מאל אנגעזאגט די גוטע בשורה; 14און אייער נסיון אין מיין לייב האט איר נישט מבזה געווען און נישט פארווארפן, נאר ווי א מלאך פון ה׳ האט איר מיך אויפגענומען, ווי דעם משיח יהושע/ישוע. 15און וואו איז (אהינגעקומען) אייער געבענטשטקייט? ווארום איך זאג אייך עדות, אז אויב עס וואלט נאר מעגלעך געווען, וואלט איר זיך ארויסגענומען די אויגן און מיר געגעבן. 16בין איך דערפאר געווארן אייער שונא, ווייל איך האב אייך געזאגט דעם אמת? 17זיי זענען אייפערדיק וועגן אייך, נישט צום גוטן; זיי ווילן נאר אייך אויסשליסן, כדי איר זאלט זיין אייפערדיק וועגן זיי. 18עס איז אבער א גוטע זאך תמיד צו אייפערן צום גוטן, און נישט נאר בשעת מיין אנוועזנהייט ביי אייך. 19קינדער מיינע, פאר וועמען איך לייד ווידער געבורטסווייען, ביז משיח וועט נישט געווינען אין אייך געשטאלט, 20איך וואלט איצט געוואלט זיין ביי אייך, און ענדערן מיין קול; ווייל איך בין אין ספק וועגן אייך.

21זאגט מיר, איר, וועלכע ווילן זיין אונטער דער (מחמיר חומרא) געזעץ, צי הערט איר נישט (וואס) די געזעץ (זאגט)? 22ווארום עס שטייט געשריבן, אז אברהם האט געהאט צוויי זין, איינעם פון דער דינסטמויד און איינעם פון דער פרייער (פרוי). 23נאר דער פון דער דינסטמויד איז געבוירן געווארן לויטן פלייש, דער אבער פון דער פרייער (פרוי) דורך דער הבטחה. 24די זאכן זענען א משל; ווארום דאס זענען צוויי בריתות (בונדן), איינער פונם בארג סיני, וואס מאכט געבוירן צו קנעכטשאפט, דאס איז הגר. 25און הגר איז דער בארג סיני אין אראביען, און איז גלייך צום איצטיקן ירושלים, ווארום זי איז אין קנעכטשאפט מיט אירע קינדער. 26אבער דאס ירושלים של מעלה איז פריי, דאס איז אונדזער מוטער. 27ווארום עס שטייט געשריבן:

פריי דיך, דו עקרה, וועלכע האט נישט געבוירן,
ברעך אויס אין געזאנג, און שריי, אָ דו,
וועלכע האט נישט קיין געבורטסווייען;
ווייל פיל מער זענען די קינדער פון דער פארלאזטער,
ווי פון דער, וועלכע האט דעם מאן.
(ישעיהו נד, א.)

28איר אבער, ברידער, ווי יצחק, זענט קינדער פון דער הבטחה. 29נאר פונקט ווי דעמאלט האט דער געבוירענער לויטן פלייש גערודפט דעם (געבוירענעם) לויטן גייסט, אזוי אויך איצט. 30נאר וואס זאגט דער פסוק? טרייב ארויס די דינסטמויד מיט איר זון; ווארום דער זון פון דער דינסטמויד וועט נישט ירשענען מיט דעם זון פון דער פרייער (פרוי). (בראשית כא, י.) 31דעריבער, ברידער, זענען מיר נישט קינדער פון דער דינסטמויד, נאר פון דער פרייער (פרוי).

OpenBible.info Cross-References (ranked by vote)
◄ Genesis 20Genesis 22 ►