1און אבֿרהם איז געװאָרן אַלט און באַטאָגט; און ה׳ האָט געבענטשט אבֿרהמען מיט אַלצדינג. 2האָט אבֿרהם געזאָגט צו זײַן קנעכט, דעם עלטסטן פֿון זײַן הױז, װאָס האָט געװעלטיקט איבער אַלץ װאָס ער האָט געהאַט: טו, איך בעט דיך, דײַן האַנט אונטער מײַן דיך, 3און איך װעל דיך באַשװערן בײַ ה׳ דעם ג-ט פֿון הימל און דעם ג-ט פֿון דער ערד, אַז דו זאָלסט נישט נעמען אַ װײַב פֿאַר מײַן זון פֿון די טעכטער פֿון דעם כּנַעֲני װאָס איך זיץ צװישן אים. 4נײערט צו מײַן לאַנד און צו מײַן אָפּשטאַם זאָלסטו גײן, און נעמען אַ װײַב פֿאַר מײַן זון, פֿאַר יִצחָקן.
5האָט דער קנעכט צו אים געזאָגט: טאָמער װעט די פֿרױ נישט װעלן גײן נאָך מיר אין דעם היגן לאַנד; זאָל איך נישט אַנדערש אומקערן דײַן זון צו דעם לאַנד װאָס דו ביסט פֿון דאָרטן אַרױסגעגאַנגען?
6האָט אבֿרהם צו אים געזאָגט: היט דיך, זאָלסט נישט אומקערן מײַן זון אַהין. 7ה׳ אלוקי הימל, װאָס האָט מיך אַרױסגענומען פֿון דעם הױז פֿון מײַן פֿאָטער, און פֿון דעם לאַנד פֿון מײַן געבורט, און װאָס האָט צו מיר גערעדט, און װאָס האָט מיר געשװאָרן, אַזױ צו זאָגן: צו דײַן זאָמען װעל איך געבן דאָס דאָזיקע לאַנד – ער װעט שיקן זײַן מלאך דיר פֿאַרױס, און װעסט קריגן אַ װײַב פֿאַר מײַן זון פֿון דאָרטן. 8און אױב די פֿרױ װעט נישט װעלן גײן נאָך דיר, װעסטו זײַן פֿרײַ פֿון דער דאָזיקער שבֿועה מײַנער; אָבער זאָלסט נישט אומקערן מײַן זון אַהין.
9האָט דער קנעכט געטאָן זײַן האַנט אונטער דעם דיך פֿון זײַן האַר אבֿרהמען, און ער האָט אים געשװאָרן אױף דער דאָזיקער זאַך.
10און דער קנעכט האָט גענומען צען קעמלען פֿון די קעמלען פֿון זײַן האַר, און איז אַװעקגעגאַנגען מיט אַלעם בעסטן פֿון זײַן האַר אין זײַן האַנט; און ער איז אױפֿגעשטאַנען, און איז געגאַנגען קײן אַרַם-נַהרַיִם, צו דער שטאָט פֿון נָחוֹרן. 11און ער האָט געמאַכט קניען די קעמלען אױסן שטאָט בײַם ברונעם װאַסער, אין אָװנט-צײַט, אין דער צײַט װאָס די שעפּערינס גײען אַרױס. 12און ער האָט געזאָגט: ה׳, אלֹקים פֿון מײַן האַר אבֿרהמען, ביטע לאָזן מיר מצליח זײַן הײַנט, איך בעט דיך, און טו חֶסֶד מיט מײַן האַר אבֿרהמען. 13אָט שטײ איך בײַם קװאַל װאַסער, און די טעכטער פֿון די שטאָטלײַט קומען אַרױס שעפּן װאַסער; 14זאָל זײַן, אַז די מײדל װאָס איך װעל צו איר זאָגן: בײג אײַן, איך בעט דיך, דײַן קרוג, און לאָמיך טרינקען, און זי װעט זאָגן: טרינק, און אױך דײַנע קעמלען װעל איך אָנטרינקען, האָסטו זי באַשערט פֿאַר דײַן קנעכט יִצחָקן, און דערמיט װעל איך װיסן אַז דו האָסט געטאָן חֶסֶד מיט מײַן האַר.
15און עס איז געװען, אײדער נאָך ער האָט געענדיקט רעדן, ערשט רבקה קומט אַרױס – די װאָס איז געבאָרן געװאָרן בײַ בתואֵל דעם זון פֿון מִלכָּה, דער װײַב פֿון נָחוֹר, אבֿרהמס ברודער – מיט איר קרוג אױף איר אַקסל. 16און די מײדל איז געװען זײער שײן פֿון אױסזען, אַ יונגפֿרױ[1] (בתוּלה) װאָס קײן מאַן האָט נאָך זי נישט געקענט; און זי האָט אַראָפּגענידערט צום קװאַל, און האָט אָנגעפֿילט איר קרוג, און איז אַרױפֿגעקומען. 17איז דער קנעכט איר געלאָפֿן אַנטקעגן, און האָט געזאָגט: לאָז מיך אַ זופּ טאָן, איך בעט דיך, אַ ביסל װאַסער פֿון דײַן קרוג. 18האָט זי געזאָגט: טרינק מײַן האַר; און זי האָט אױף גיך אַראָפּגעלאָזט איר קרוג אױף איר האַנט, און האָט אים געגעבן טרינקען. 19און אַז זי האָט געענדיקט אים געבן טרינקען, האָט זי געזאָגט: אױך פֿאַר דײַנע קעמלען װעל איך אָנשעפּן, ביז זײ האָבן געענדיקט טרינקען.
20און זי האָט אױף גיך אױסגעלײדיקט איר קרוג אין דער קאָריטע, און איז װידער געלאָפֿן צום ברונעם אָנשעפּן, ביז זי האָט אָנגעשעפּט פֿאַר אַלע זײַנע קעמלען. 21און דער מאַן קוקט זי אָן שװײַגעדיק, צו װיסן אױב ה׳ האָט באַגליקט זײַן װעג אָדער נישט. 22און עס איז געװען, װי די קעמלען האָבן געענדיקט טרינקען, אַזױ האָט דער מאַן גענומען אַ גילדערנעם נאָזרינג װאָס זײַן װאָג איז געװען אַ בקַע, און צװײ אָרעמבענדער פֿאַר אירע הענט, װאָס זײער װאָג איז געװען צען גאָלדשטיק. 23און ער האָט געזאָגט: װעמעס טאָכטער ביסטו? זאָג מיר, איך בעט דיך, איז דאָ אין דײַן פֿאָטערס הױז אַן אָרט פֿאַר אונדז צום נעכטיקן?
24האָט זי צו אים געזאָגט: איך בין די טאָכטער פֿון בתואֵל דעם זון פֿון מִלכָּהן, װאָס זי האָט געבאָרן נָחוֹרן. 25און זי האָט צו אים געזאָגט: אי שטרױ אי פֿוטער אַ סך איז דאָ בײַ אונדז, אי אַן אָרט צום נעכטיקן.
26האָט דער מאַן זיך גענײגט און זיך געבוקט[2] צו ה׳. 27און ער האָט געזאָגט: ברוך ה׳ דער ג-ט פֿון מײַן האַר אבֿרהמען, װאָס האָט נישט פֿאַרלאָזן זײַן חֶסֶד און זײַן טרײַשאַפֿט צו מײַן האַר; מיך האָט ה׳ געפֿירט אױף דעם װעג צו דעם הױז פֿון מײַן האַרס ברידער.
28און די מײדל איז געלאָפֿן, און האָט דערצײלט אין איר מוטערס הױז די דאָזיקע זאַכן. 29און רבקה האָט געהאַט אַ ברודער װאָס זײַן נאָמען איז געװען לָבָֿן; איז לָבָֿן אַרױסגעלאָפֿן צו דעם מאַן דרױסן צום קװאַל. 30און עס איז געװען, װי ער האָט דערזען דעם נאָזרינג, און די אָרעמבענדער אױף די הענט פֿון זײַן שװעסטער, און װי ער האָט געהערט די װערטער פֿון זײַן שװעסטער רבקהן, אַזױ צו זאָגן: אַזױ און אַזױ האָט דער מאַן צו מיר גערעדט – איז ער געקומען צו דעם מאַן װי ער שטײט בײַ די קעמלען לעבן קװאַל, 31און ער האָט געזאָגט: קום, געבענטשטער פֿון ה׳, פֿאַר װאָס שטײסטו דרױסן? איך האָב דאָך אױפֿגעראַמט דאָס הױז, און אַן אָרט פֿאַר די קעמלען.
32איז דער מאַן אַרײַנגעגאַנגען אין הױז; און ער האָט אָפּגעבונדן די קעמלען, און האָט דערלאַנגט שטרױ און פֿוטער פֿאַר די קעמלען, און װאַסער צו װאַשן זײַנע פֿיס, און די פֿיס פֿון די מענטשן װאָס מיט אים. 33און עס איז געשטעלט געװאָרן פֿאַר אים צום עסן, אָבער ער האָט געזאָגט: איך װעל נישט עסן, ביז איך האָב גערעדט מײַנע רײד. האָט ער געזאָגט: רעד.
34האָט ער געזאָגט: דער קנעכט פֿון אבֿרהמען בין איך. 35און ה׳ האָט זײער געבענטשט מײַן האַר, און ער איז געװאָרן רײַך; און ער האָט אים געגעבן שאָף און רינדער, און זילבער און גאָלד, און קנעכט און דינסטן, און קעמלען און אײזלען. 36און שׂרה, מײַן האַרס װײַב, האָט געבאָרן אַ זון צו מײַן האַר אױף איר עלטער; און ער האָט אים אַװעקגעגעבן אַלץ װאָס ער האָט געהאַט. 37און מײַן האַר האָט מיך באַשװאָרן, אַזױ צו זאָגן: זאָלסט נישט נעמען אַ װײַב פֿאַר מײַן זון פֿון די טעכטער פֿון דעם כּנַעֲני װאָס איך זיץ אין זײַן לאַנד. 38נישט אַנדערש נאָר צו מײַן פֿאָטערס הױז זאָלסטו גײן, און צו מײַן משפּחה, און נעמען אַ װײַב פֿאַר מײַן זון. 39האָב איך געזאָגט צו מײַן האַר: טאָמער װעט די פֿרױ נישט װעלן גײן מיט מיר? 40האָט ער צו מיר געזאָגט: ה׳ װאָס איך בין געגאַנגען פֿאַר אים, װעט שיקן זײַן מלאך מיט דיר, און װעט באַגליקן דײַן װעג, און װעסט קריגן אַ װײַב פֿאַר מײַן זון, פֿון מײַן משפּחה און פֿון מײַן פֿאָטערס הױז. 41דענצמאָל װעסטו פֿרײַ זײַן פֿון מײַן שבֿועה, אַז דו װעסט קומען צו מײַן משפּחה; און אױב זײ װעלן דיר נישט געבן, װעסטו אױך פֿרײַ זײַן פֿון מײַן שבֿועה. 42בין איך געקומען הײַנט צום קװאַל, און האָב געזאָגט: ה׳, ג-ט פֿון מײַן האַר אבֿרהמען, אױב דו װילסט, איך בעט דיך, באַגליקן מײַן װעג װאָס איך גײ אױף אים: 43אָט שטײ איך בײַם קװאַל װאַסער; און עס זאָל זײַן, אַז די יונגפֿרױ {הָעַלְמָה}[3] װאָס קומט אַרױס שעפּן, און איך װעל זאָגן צו איר: גיב מיר טרינקען, איך בעט דיך, אַ ביסל װאַסער פֿון דײַן קרוג, 44און זי װעט זאָגן צו מיר: אי דו טרינק, אי פֿאַר דײַנע קעמלען װעל איך אָנשעפּן, זאָל זי זײַן די װײַב, װאָס ה׳ האָט באַשערט פֿאַר מײַן האַרס זון. 45נאָך אײדער איך ענדיק רעדן צו מײַן האַרצן, ערשט רבקה קומט אַרױס מיט איר קרוג אױף איר אַקסל; און זי האָט אַראָפּגענידערט צום קװאַל און האָט אָנגעשעפּט. האָב איך צו איר געזאָגט: גיב מיר טרינקען, איך בעט דיך. 46האָט זי אױף גיך אַראָפּגעלאָזט איר קרוג פֿון זיך, און האָט געזאָגט: טרינק, און אױך דײַנע קעמלען װעל איך אָנטרינקען. האָב איך געטרונקען, און אױך די קעמלען האָט זי אָנגעטרונקען. 47האָב איך זי געפֿרעגט און האָב געזאָגט: װעמעס טאָכטער ביסטו? האָט זי געזאָגט: די טאָכטער פֿון בתואֵל דעם זון פֿון נָחוֹרן, װאָס מִלכָּה האָט געבאָרן צו אים. און איך האָב אָנגעטאָן דעם נאָזרינג אױף איר נאָז, און די אָרעמבענדער אױף אירע הענט. 48און איך האָב מיך גענײגט און מיך געבוקט צו ה׳, און איך האָב געלױבט ה׳ דעם ג-ט פֿון מײַן האַר אבֿרהמען, װאָס האָט מיך געפֿירט אױפֿן ריכטיקן װעג צו קריגן די טאָכטער פֿון מײַן האַרס אַן אײגענעם פֿאַר זײַן זון. 49און אַצונד, אױב איר װילט טאָן אַ חֶסֶד און אַ טרײַשאַפֿט מיט מײַן האַר, זאָגט מיר; און אױב נישט, זאָגט מיר; און איך װעל מיך קערן אױף רעכטס אָדער אױף לינקס.
50האָט געענטפֿערט לָבָֿן און בתואֵל, און זײ האָבן געזאָגט: די זאַך איז אַרױס פֿון ה׳; מיר קענען נישט רעדן צו דיר שלעכטס אָדער גוטס. 51אָט איז רבקה פֿאַר דיר, נעם און גײ, און זאָל זי זײַן אַ װײַב צו דעם זון פֿון דײַן האַר, אַזױ װי ה׳ האָט גערעדט.
52און עס איז געװען, װי דער קנעכט פֿון אבֿרהמען האָט געהערט זײערע װערטער, אַזױ האָט ער זיך געבוקט צו דער ערד פֿאַר ה׳. 53און דער קנעכט האָט אַרױסגענומען זילבערנע זאַכן, און גילדערנע זאַכן, און קלײדער, און געגעבן רבקהן; אױך איר ברודער און איר מוטער האָט ער געגעבן טײַערע מתָּנות. 54און זײ האָבן געגעסן און געטרונקען, ער און די מענטשן װאָס מיט אים; און זײ האָבן איבערגענעכטיקט; און זײ זײַנען אױפֿגעשטאַנען אין דער פֿרי, און ער האָט געזאָגט: שיקט מיך אַװעק צו מײַן האַר.
55האָט געזאָגט איר ברודער און איר מוטער: זאָל די מײדל בלײַבן בײַ אונדז אַ (אײניקע) טעג אָדער צען, דערנאָך װעט זי גײן. 56האָט ער צו זײ געזאָגט: האַלט מיך נישט אױף, אַז ה׳ האָט באַגליקט מײַן װעג. שיקט מיך אַװעק, און לאָמיך גײן צו מײַן האַר. 57האָבן זײ געזאָגט: מיר װעלן רופֿן די מײדל, און מיר װעלן פֿרעגן איר מױל. 58האָבן זײ גערופֿן רבקהן, און האָבן צו איר געזאָגט: װילסטו גײן מיט דעם דאָזיקן מאַן? האָט זי געזאָגט: איך װיל גײן.
59האָבן זײ אַרױסבאַלײט זײער שװעסטער רבקהן, און איר נאַם, און אבֿרהמס קנעכט, און זײַנע מענטשן. 60און זײ האָבן געבענטשט רבקהן, און האָבן צו איר געזאָגט: אונדזער שװעסטער, דו זאָלסט װערן צו טױזנטער מאָל צען טױזנט, און דײַן זאָמען זאָל אַרבן דעם טױער פֿון זײַנע פֿײַנט. 61און רבקה איז אױפֿגעשטאַנען מיט אירע מײדלעך, און זײ האָבן זיך אַרױפֿגעזעצט אױף די קעמלען, און זײַנען געגאַנגען נאָך דעם מאַן. און דער קנעכט האָט גענומען רבקהן, און איז אַװעקגעגאַנגען.
62און יִצחָק איז אָנגעקומען פֿון װוּ מע גײט קײן באֵר-לַחַי-רוֹאי, װאָרעם ער איז געזעסן אין לאַנד פֿון דָרום – 63און יִצחָק איז אַרױסגעגאַנגען זיך דורכצוגײן אין פֿעלד אַקעגן אָװנט – האָט ער אױפֿגעהױבן זײַנע אױגן און האָט אַ קוק געטאָן, ערשט קעמלען קומען אָן. 64און רבקה האָט אױפֿגעהױבן אירע אױגן, און האָט דערזען יִצחָקן, און זי האָט זיך אַראָפּגעלאָזט פֿון קעמל. 65און זי האָט געזאָגט צו דעם קנעכט: װער איז יענער מאַן װאָס גײט אין פֿעלד אונדז אַנטקעגן? האָט דער קנעכט געזאָגט: דאָס איז מײַן האַר. האָט זי גענומען דעם שלײער, און האָט זיך פֿאַרדעקט.
66און דער קנעכט האָט דערצײלט יִצחָקן אַלע זאַכן װאָס ער האָט געטאָן. 67און יִצחָק האָט זי אַרײַנגעבראַכט אין דעם געצעלט פֿון זײַן מוטער שׂרהן. און ער האָט גענומען רבקהן, און זי איז אים געװאָרן פֿאַר אַ װײַב; און ער האָט זי ליב געהאַט. און יִצחָק האָט זיך געטרײסט נאָך זײַן מוטער.
1און עס איז געווען א מאן אין קיסריה מיטן נאמען קארנעליוס, אן אפיציר פון דער אפטיילונג, וואס האט געהייסן די איטאליענישע, 2א פרומער (מענטש) און א ירא שמים מיט זיין גאנץ בני בית, טוענדיק פיל צדקה צום פאלק און תמיד מתפלל זייענדיק צו ה׳. 3ער האט באשיימפערלעך געזען אין א חזיון, ווי ארום דער ניינטער שעה פונם טאג איז א מלאך פון ה׳ אריינגעקומען צו אים, און צו אים געזאגט: קארנעליוס! 4און ער האט א בליק געטאן אויף אים און זיך געפארכטן, און געזאגט: וואס איז עס, האר? און ער האט צו אים געזאגט: דיינע תפילות און דיינע צדקות זענען ארויפגעקומען לזכרון פאר ה׳. 5און איצט שיק מענער קיין יפו און לאז רופן שמעונען, וועלכן מען רופט פעטרוס; 6ער שטייט איין ביי א געוויסן שמעון, א גארבער, וועמעס הויז איז ביים ים. 7און ווי דער מלאך, וואס האט גערעדט צו אים, איז אוועק, האט ער גערופן צוויי פון זיינע דינער, און א ג‑טספארכטיקן זעלנער פון די, וועלכע זענען תמיד ביי אים געווען; 8און האט זיי אלץ דערקלערט, און זיי אוועקגעשיקט קיין יפו.
9און אויף צומארגנס, בשעת זיי זענען געווען אויפן וועג, און האבן זיך דערנענטערט צו דער שטאט, איז פעטרוס ארויפגעשטיגן אויפן דאך, תפילה צו טאן, ארום דער זעקסטער שעה; 10און איז הונגעריק געווארן, און געוואלט (עפעס) טועם זיין; נאר בשעת מען האט צוגעגרייט (דאס עסן), איז געפאלן אויף אים אן טראנס; 11און ער האט געזען דעם הימל אויפגעמאכט, און עפעס א געפעס אראפקומען, ווי א גרויס ליילעך, אנגעבונדן אויף די פיר עקן, און אראפגעלאזט אויף דער ערד; 12אין וועלכן עס האבן זיך געפונען אלע פירפיסיקע חיות און שרצים פון דער ערד און פייגל פון הימל. 13און עס איז געקומען א קול צו אים: שטיי אויף, פעטרוס, שחט און עס. 14פעטרוס אבער האט געזאגט: האר, בשום אופן נישט, ווייל איך האב נאך קיינמאל נישט געגעסן וואס איז טמא און טריפה. 15און ווידער איז א קול געקומען צו אים צום צווייטן מאל: וואס ה׳ האט ריין געמאכט, דאס זאלסטו נישט (רופן) טמא. 16און דאס איז געשען דריי מאל; און גלייך איז דאס געפעס ארויפגענומען געווארן אין הימל אריין.
17און בשעת פעטרוס האט נישט געוואוסט וויאזוי זיך צו דערקלערן, וואס עס קען זיין די דערשיינונג, וועלכע ער האט געזען, זע, די מענער, וואס זענען געשיקט געווארן פון קארנעליוסן, האבנדיק זיך נאכגעפרעגט וועגן שמעונס הויז, זענען געשטאנען ביים טויער, 18און האבן גערופן און געפרעגט, צי שמעון, וועמען מען רופט פעטרוס, שטייט דא איין.
19און בשעת פעטרוס האט נאכגעטראכט וועגן דעם חזיון, האט דער גייסט צו אים געזאגט: זע, דריי מענער זוכן דיך. 20נאר שטיי אויף, גיי אראפ, און פאר מיט זיי, צווייפל גארנישט; ווייל איך האב זיי געשיקט. 21און פעטרוס איז אראפגעגאנגען צו די מענער, און האט געזאגט: אָט בין איך, וועמען איר זוכט; וואס פאר א סיבה איז עס, צוליב וועלכער איר זענט געקומען? 22האבן זיי געזאגט: קארנעליוס, אן אפיציר, אן איש צדיק און ירא שמים, און וואס האט א גוטן שם ביים גאנצן יידישן פאלק, האט באקומען א באפעל פון א הייליקן מלאך, צו שיקן דיך רופן אין זיין הויז אריין, און צו הערן רייד פון דיר. 23דעמאלט האט פעטרוס זיי אריינגערופן און אויפגענומען גאסטפריינדלעך.
און צומארגנס איז ער אויפגעשטאנען און איז אוועק מיט זיי, און אייניקע פון די ברידער אין יפו זענען מיטגעגאנגען מיט אים. 24און דעם אנדערן טאג זענען זיי אריינגעקומען קיין קיסריה. קארנעליוס אבער האט שוין געווארט אויף זיי, האבנדיק צוזאמענגערופן זיינע קרובים און די אינטימע פריינד. 25און עס איז געשען, בשעת פעטרוס איז אריינגעקומען, אז אנטקעגנגייענדיק אים, איז קארנעליוס אנידערגעפאלן פאר זיינע פיס און האט זיך געבוקט. 26פעטרוס אבער האט אים אויפגעהויבן, און געזאגט: שטיי אויף; איך אליין בין אויך נאר א מענטש. 27און רעדנדיק מיט אים, איז ער אריינגעגאנגען, און האט געפונען א סך צונויפגעקומענע; 28און האט צו זיי געזאגט: איר ווייסט אליין ווי עס איז אסור פאר א יידן זיך צו באהעפטן אדער צו קומען צו איינעם פון א פרעמד פאלק; נאר ה׳ האט מיר געוויזן, קיין מענטשן נישט צו רופן געמיין אדער טמא. 29היות איך בין גערופן געווארן, בין איך דערפאר געקומען אָן איינווענד. איך פרעג דעריבער, צוליב וואס האט איר מיך געלאזט רופן? 30און קארנעליוס האט געזאגט: מיט פיר טעג צוריק ביז צו דער דאזיקער שעה, דער ניינטער, האב איך תפילה געטאן אין מיין הויז; און זע פאר מיר איז געשטאנען א מאן אין שיינענדיקע מלבושים, 31און האט געזאגט; קארנעליוס, דיין תפילה איז דערהערט געווארן, און דיינע צדקות זענען דערמאנט געווארן פאר ה׳. 32שיק דעריבער קיין יפו, און לאד איין שמעונען, וועלכן מען רופט פעטרוס; ער שטייט איין אינם הויז פון שמעון, א גארבער, ביים ים. 33דעריבער האב איך גלייך געשיקט צו דיר; און דו האסט גוט געטאן, וואס ביסט געקומען. און איצט זענען מיר אלע דא פאר ה׳, כדי צו הערן אלץ, וואס איז דיר באפוילן געווארן פונם האר. 34און פעטרוס, האט אויפגעמאכט זיין מויל און געזאגט:
אויף אן אמת בין איך משיג, אז ה׳ איז נישט קיין נושא פנים; 35נאר אין יעדן פאלק, ווער עס פארכט זיך פאר אים און טוט צדקה, איז אנגענומען ביי אים. 36דאס ווארט, וואס ער האט געשיקט צו די קינדער ישראל, מבשר זייענדיק שלום דורך יהושע/ישוע המשיחן—ער איז האר איבער אלע— 37קענט איר; און איר קענט די זאך, וואס איז געשען איבערן גאנצן (לאנד) יהודה, וועלכע האט זיך אנגעהויבן פון גליל נאך דער מקווה, וואס יוחנן האט אויסגערופן— 38ווי ה׳ האט געזאלבט יהושען/ישוען פון נצרת מיט דעם רוח הקודש און מיט גבורה; וועלכער איז ארומגעגאנגען, טוענדיק גוטס און היילנדיק אלע, וואס זענען געווען אונטער דער מאכט פונם שׂטן, ווייל ה׳ איז געווען מיט אים. 39און מיר זענען עדות וועגן אלעם, וואס ער האט געטאן אין דעם לאנד יהודה און אין ירושלים; אים האבן זיי אויך אומגעבראכט, אויפהענגענדיק אים אויף א בוים. 40דעם דאזיקן האט ה׳ אויפגעוועקט דעם דריטן טאג, און אים געגעבן אנטפלעקט צו ווערן, 41(דאך) נישט צום גאנצן פאלק, נאר צו עדות, וועלכע זענען פארויס אויסדערוויילט געווארן פון ה׳, צו אונדז, וואס האבן געגעסן און געטרונקען מיט אים נאך זיין אויפשטיין פון די טויטע. 42און ער האט אונדז באפוילן אויסצורופן צום פאלק און עדות צו זאגן, אז ער איז דער פון ה׳ באשטימטער שופט פון די לעבעדיקע און טויטע. 43אויף אים זאגן אלע נביאים עדות, אז יעדערער, וואס גלויבט אין אים, וועט דורך זיין נאמען באקומען די פארגעבונג פון זינד.
44בשעת פעטרוס האט נאך גערעדט די דאזיקע ווערטער, איז דער רוח הקודש געפאלן אויף אלע, וואס האבן געהערט דאס ווארט. 45און די געמלטע (ד. ה. די יידישע) מאמינים, וועלכע זענען מיטגעקומען מיט פעטרוסן, האבן געשטוינט, אז אפילו אויף די אומות (העולם) איז אויסגעגאסן געווארן די מתנה פון דעם רוח הקודש. 46ווארום זיי האבן זיי געהערט רעדן מיט לשונות און אפגעבן כבוד צו ה׳. דעמאלט האט פעטרוס געענטפערט: 47צי קען דען עמיצער פארווערן דאס וואסער, אז עס זאלן נישט געטובלט ווערן אין דער מקווה די דאזיקע, וועלכע האבן באקומען דעם רוח הקודש, פונקט אזוי ווי מיר? 48און ער האט זיי באפוילן זיך צו לאזן טובל זיין אין דער מקווה אין דעם נאמען פון יהושע/ישוע המשיחן. דעמאלט האבן זיי אים געבעטן, נאך צו פארבלייבן אייניקע טעג.